שאלה צו אני_יהודי ווער איז אין קארט יעצט?
אני_יהודי שרייבט דאס אין חדשות זאלי נאכדעם וואס די טענטער האבן אריינגעגעבן זייער TRO פארלאנג ביי אוענס זענען מיר געגאנען צום ברוקלין קאורט סיסטע=ם
און אויפגעברענגט אן active קעיס פון 02' אדער 03', ווען די טענטער (דעמאלסט נאך אלס אהרונים...) האבן אריינגעגעבן אן
ענליך פארלאנג, אבער עס איז דעמאלט נישט באשטעטיגט געווארן דורף ריכטער באראש ווייל ער האט גע'טענה'ט אז עס איז
אקטועל ערשט ווען דער שוהל וועט זיין גענצליך אויפגעבויעט און עס וועלן זיין זיצן. ווען דער סיסטעם האט צוגעטיילט דעם קעיס צו ריכטער שעק (ווייל עס ליגט שוין דארט אנדערע סאטמארע קעיס בנוגע דעם
בית יואל בנין, איבערנעמענדגי די סאטמארע קעיסעס פון באראש) האבן מיר פארלאנגט פון שעק אז ער זאל צוזאמענשמעלצן די
אלטע קעיס מיט די פרישע קעיס וואס די טענטער האבן אריינגעגעבן צו ריכטער אוענס אין ארענדזש קאונטי. ער האט געהייסן זיך שטעלן צו אוענס אער נישט געבן דארט קיין פרישע motions. טעכניש ליגן ביידע קעיסעס ביי שעק, און יעצט ווען די טענטער האבן צוריקגעצויגן דעם קעיס פון אוענס איז עס אויטמאטיש
געבליבן נאר ביי שעק. די טענטער האבן געוואלט ארויסציען אויך פון שעק, אבער קהל האט געזאגט בלא, ווי עס איז דער געזעץ
אדער קומט עס צו א סעטלמענט וואס מיינט אז די קלאגע קען שוין נישט נאכאמאל געברענגט ווערן, אדער בלייבט עס אפען און
מען גייט געהעריג דן זיין דעריבער. איז א חילוק וועלכער שופט עס האט עס? אבסאלוט ניין! קהל האט גע'טענה'ט אז אויב האבן די טענטער א תביעה צו קהל זאלן זיי קומען דא אין קינגס קאונטי, און נישט
אונז כסדר שלעפן אויף ארענדזש קאונטי. עס איז ביי מיר קלאר, אז אויך ריכטער שעק וועט באקומען א קאסט פון די טענטער פונקט ווי זיי האבן געטאן מיט ריכטער
באראש. עד כן פון אני_יהודי מיין שאלה אני_יהודי איז לשיטתך, אז די ארוינים זענען געווען אין קארט שלא ברשות בית דין,
שרייבסטו דא אז זיי האבן דאך שוין תשובה געטון (זיי האבן פארשפארט די קעס)
דיין רבי אין חדר האט נישט געזאגט תשובה העלפט אייביג? ווייטער זאגסטו אזוי
די טענטער האבן געוואלט ארויסציען אויך פון שעק, אבער קהל האט געזאגט בלא, מיט וואס פאר א רעכט אני_יהודי גייען ענק יעצט אין קארט האבן ענק א רשות בית דין, נאכאמאל די זאגסט אז די טענטער האבן געוואלט ארויסציען אויך פון שעק, אבער קהל האט געזאגט בלא,
|