ליבערמאן גיט אויף האפענונגען אין קאנעטיקוט
א שאד, א שאד אז דער ארטאדאקסישער סענאטאר, וואס האט אזוי מקדש שם שמים געווען, פארלירט זיין קאריערע מיט אזא דורכפאל.
די לעצטע קוויניפיאק אנקעטע, די וואך דינסטאג האט געוויזן אז ליבערמאן פארלירט מיט 13 פראצענט, אין די דעמאקראטישע פריימערי וואס גייט פארקומען נעקסטע דינסטאג.
די דעמאקראטן האבן אראפגעשיקט קיין קאנעטיקוט א וועטעראן סטעף פון וואשינגטאן זיך אומצוקוקן אויף דעם ליבערמאן קאמפעין, און זען וויאזוי מ'קען עס ראטעווען. זיי האבן נעכטן, תשעה באב, אנגערופן קיין וואשינגטאן, אז עס איז א שאד צו אינוועסטן יעדע פעני, און אז ליבערמאן פארלירט ווי א הונט.
אין גרויס יאוש האט ליבערמאן אפגעשטעלט א מעכטיגע מולטי-מיליאן דאלאר "געט אוט די וואוט" קאמפיין. אנשטאט גייט ער אויסגעבן די געלט פאר מער אדווערטייזמענטס, האפנדיג אז די דורכפאל זאל כאטש נישט זיין אזוי גרויס.
תוקן על ידי - ziskeit - 04/08/2006 21:54:10
|
|