לוסטיג לעבעדיג אין קווינס קעמפ
אויב א גאנץ יאר איז די סיגוטער ישיבה א שטח הפקר, וואו מהייבט אן ישיבה מאנטיג 11 אזייגער
אינדערפרי און מ'ענדיגט דאנערשטיג 2 נאכמיטאג, איז דער זומער ממש צופארן אין קווינס.
ביז היינט ווען דער רבי זצ"ל האט נאך געלעבט איז אויך געווען דארט צרות יגון ואנחה, אבער
נפתלי בלומענפעלד האט זיך געטרייסט אז "[ביטע נישט נאכברענגען קיין דברי זלזול אויף
קדושי ישראל זי"ע]" און מ'גייט פטור ווערן פון אים. אבער יעצט איז דער סיגוטער שטריק
רז"ל דארט אנגעקומען מיט זיינע חברה און ער דרייט איבער די גאנצע קעמפ, אז אפילו די ביסל וואס
מ'לערנט שוין יא א גאנץ יאר אין קווינס איז יעצט אויך נישטא.
א גאנצע וואך דרייען זיך דארט מענטשן, סיי די רייסערס און די לעלוס וואס קומען זיין נעבן
זייערע פרענדס, רז"ל און זיין יעקב בערעלע-די באליבטסטע 'מגיד שיעור' אין קווינס, און
אויך סתם לעלוס וואס קומען דארט באזוכן די אנדערע לעלוס... אויסער דעם דרייען זיך דארט אסאך
מענטשן פון נחלת יעקב און אנדערע קאנטריס נעבן דעם, וואס האבן ליב צו קומען אין מקוה און זיך
ווייקן ביז 1 אזייגער נאכמיטאג מיט די קווינס באמעס.
אסאך בחורים פארן סתם אזוי אוועק אינמיטן טאג מיט וועם ס'לאזט זיך, א גאנצן טאג ווען מ'פארט
דארט אדורך זעט מען בחורים וואס ווילן כאפן היטשעס.
לעצטנס האט נפתלי בלומענפעלד געכאפט רז"ל'ס הויז בחור ארויספארן מיט א אנדערע 'פיינע' קווינס
בחור [וואו זיי זענען געפארן טאר מען נישט שרייבן מחמת תקנות הפורום], און ער האט זיך צעשריגן
אויף אים בפני כל עם ועדה: "איך וועל דיך ארויסווארפן פון דא מיט דיין רבי
צוזאמען".
יעדן טאג איז דארט דא יומא דפגרא'ס, וואו מ'שטעלט צו פיינע סטעיק און סאלאמי פאר די הונגעריגע
רז"ל און יודל וויינשטאק, אונטער דעם אנשטעל פון "מסיבות", אמאל פאר קווינס ישיבה (ווען די
עשירים גייען נעבעך גראד נאכדעם אריין אין ביהמ"ד... ווער רעדט נאך אויב זיי גייען אין
דארמיטארי, דעמאלטס סטאפן זיי גראד אלע טשעקס... אויסער אויב זיי זעען די גרויסע געספרעיטע
ווענט "אהרן טייטלבוים ימח שמו"), אמאל איז עס ווען יעקב בער מאכט א סיום אויף א קארטאן פון
קיובען סיגארס, און אמאל סתם אזוי ווען יודעלע וויינשטאק איז הונגעריג.
יעצט פלאנט נפתלי בלומענפעלד, דער וואס האלט אפענע דרשות אין קווינס קעגן רז"ל, נוסח אלטר משה
גאלדבערגער, אז נעקסטעס יאר גייט מען קויפן א עקסטערע קעמפ פאר די קווינס בחורים (די געלט
גייט מען נעמען פון נאך א דינער וואס מ'גייט מאכן אין די יעצטיגע קווינס קעמפ), און אין
קווינס קעמפ גייט מען ברענגען די קליינע בחורלעך.
אויב די מנהלים פון די קלענערע ישיבות גייען אויך נישט לאזן, זיי האבן דאך קאמפעטישאן פון די
תורה ישיבות, גייט מען לאזן רז"ל און יעקב בער גענצליך אקאפייען די קעמפ פאר זייערע לעלוס, די
גרויסע לאנטש-רום גייט מען מאכן פאר א באר, און רז"ל וועט האבן זיינע גוטע סאפערס יעדן מאנטיג
און דאנערשטיג.
תוקן על ידי - ווארהייט - 08/08/2006
תוקן על ידי - כל_העולם - 08/08/2006 4:05:55
 |
|
|