בית פורומים כל העולם כולו

ליפי און נחמי' קרויס רייסן זיך ארום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/8/2006 09:07 לינק ישיר 
ליפי און נחמי' קרויס רייסן זיך ארום

ליפא קרויס, וואס איז דערווייל גבאי ביים סיגוטער, ווילאנג משה וועט באווייזן אים צו זען אינדרויסן, רייסט זיך ארום שוין באלד א חודש מיט זיין ברודער נחמי', די גבאי פונעם געוועזענעם סאטמארן דיין און היינטיגן פרעזידענט פון מוסדות רמ"א. ובכן, דער פרעזידענט פלעגט אלעמאל דאווענען שחרית אין ראדני ראש השנה, און 70 פראצענט פון דעם עולם אין די לעצטע פאר יאר איז געקומען דוקא אים צו הערן, אבער היי יאר פילט דער פרעזידענט אז ס'פאסט נישט אז דער גרייזגרויער געערטער פרעזידענט זאל קומען דאווענען ביי א יונגערמאן וואס קען נישט קיין צורת אות, און גרייט זיך אויף ראש השנה מיט גרילד סטעיק און סטאאפד טשיקען, בפרט ווען יענעמ'ס קאלטע קול ביים דאווענען הערט זיך ווי מ'ווארפט פעניס אין א ליידיגן טאפ. עכ"פ האט דער פרעזידענט פון מוסדות רמ"א באשלאסן אז ער מאכט שבת כ'מיין ראש השנה פאר זיך, ביי לשנה טובה וועט ער ממילא האבן א גרעסערן עולם פון די סיגוטער חסידים, נאך פון די יארן ווען דער סיגוטער האט נאך געהערט זשיגאן טעיפ'ס, און דער געוועזענער מגי"ש/דיין/גאב"ד האט געווארנט כסדר די בחורים אז מ'טאר נישט שטיין אין דעם סיגוטער'ס ד' אמות ווייל הבל פיו איז מטמא. איז פארוואס זאל ער נישט דאווענען אויך שחרית ביי זיך. פאר ליפי האט עס פארשטייט זיך נישט געשמעקט, אבער אויסער ארגאניזירן נאך א סאפער פארן סיגוטער האט ער גארנישט געקענט טון. למעשה האט דער לאנגער שוטה, דער בעל מחבר פונעם אויסדרוק [צווישן אנדערע]: ראחובער פערד, זיך גענומען מישן דעם טשאלענט, מיטן ציל צו ווייזן פאר ביידע קרויסלעך ווער איז די REAL BOSS, און ווי יודעי דבר געבן איבער וועט דער לאנגיעריגער טעראריסט, פון וועמען דער פרעזידענט פון מוסדות רמ"א ציטערט אימת מות, אויספירן, און אזוי וועט ער אינאיינוועג'ס פארפעסטיגן זיין מלוכה ביים סיגוטער, און הכל על מקומו יבא בשלום.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ליפי און נחמי' קרויס רייסן זיך ארום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext