בית פורומים כל העולם כולו

באמבע: ביד"צ עדה החרדית שרייבט בריוו!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2006 15:20 לינק ישיר 
באמבע: ביד"צ עדה החרדית שרייבט בריוו!

באמבע!!!

די הרבנים הגאונים הצדיקים חברי בדי"צ העדה החרדית ובראשם כ"ק מרן הגאב"ד וראב"ד שליט"א, האבן היינט געשריבען א בריוו, ווי זייי שריבן אז די זאליס מיזן ארויס גיין פון די ערכאות אין בני ברק אין ביידע זאלן זיך שטעלען צו דין תורה ביי הבי"ד זבל"א ביז צוויי וואכן!!!

די גאנצע ביד"צ האט אונטערגעשריבען דעראויף אויך די נייע חברי הבדי"צ ווי רבי יושע ראזענבערג שליט"א וכו'.

די בריוו איז געקומען נאכן באזיך פונעם סאטמאר ווייצע פרעזידענט הרבני הנגיד רבי יצחק ראזעבערג שליט"א וואס איז געווען ביי יעדעם פון די חברי הבדי"צ און אויפגעפאדערט ארויסצוקומען מיטן בריוו, אפצושטעלען די חילול ה' אין די ציוניסטישע ערכאות רח"ל.

עס איז א געוואלדיגער שאס פאר די זאליס, און א געוואלדיגער קידוש ה' וכבוד תורתינו הק', מיט דעם וואס די בדי"צ העדה החרדית האט געטאן אזוי ווי די תורה הקדושה הייסט, און געהייסן גיין צו א בי"ד של זבל"א אזוי ווי די הנהלת המוסדות סאטמאר אין בני ברק האט געפאדערט און אזוי אונטערגעשריבען ביי די בי"ד פון הרב קארליץ שליט"א, און נישט צו די פורים דיינים פון די זאלי בי"ד, וואס די זאליס זינגען שוין ארום 7 יאר אז נאר צו זיי מעג מען גיין, און אזוי האט געשריבען א פסק הלכה ר' מנשה פריעדמאן מיט זיין כנופיא של שרצים, און אויך רז"ל.

תלמידי וחסידי סאטמאר דריגן אויס לויב צו די ביד"צ העדה החרדית, און אי"ה וועט מען ביי די דין תורה אויך מתדין זיין איבער די בנינים פון די סאטמאר קהלה אין ירושלים וואס די זאליס האבן צוגעגענבט.

די זאליס האט עס געכאפט ווי אן אטעם באמבע נאדכעם וואס גיין צו דין תורה איז ביי זיי ווי א שאס אין קאפ און טויט קלאפ, זיי האבן אנגעהוביען זייער געמיינער טעראר קעגן די הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א חברי הבדי"צ, די טעלעפאנען פון די בדי"צ הערט נישט אויף צו קלינגען פון איין זאלי נאכן צווייטן מיט די ערגסטע סטראשונגען און טעראר.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2006 15:41 לינק ישיר 

לאמיר האפן אז דער גאנצער סאטמאר סיכסוך וועט אריינגייין צו די דין תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 15:46 לינק ישיר 

די זיצונג איז פארגעקומען אין שטוב פון הרה"ח רבי שלמה פופנהיים שליט"א חבר הנהלת העדה החרדית. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2006 15:52 לינק ישיר 

חברי הבד"ץ העדה החרדית ירושלים האבן ארויסגעשיקט א שארפן ווארענונג צו מענדל וואלערשטיין צו צוריק ציען פון זיין תביעה קעגן מוסדות סאטמאר ב"ב אין די ציוניסטישן געריכט ביז צוויי וואכן

היינט פארמיטאג איז פארגעקומען א שטורעמישע אסיפת הבד"ץ העדה החרדית אין שטוב פונעם חבר ההנהלה הרב שלמה פאפנהיים שליט"א, די חברי הבד"ץ האבן דן געווען איבער די שרעקליכע חילול שם שמים און עלבון התורה ווען מענדל וואלערשטיין און זיינע משלחים און מנהיגים - די שמוציג בארימטע כת מסרבים לדין - האבן אן קיין שום בושה תובע געווען אין ערכאות הציוני די הנהלת מוסדות סאטמאר ב"ב.

די חברי הבד"ץ שליט"א האבן איינשטימיג מכריז געווען א קול מחאה אדירה אויף די הארבע עבירה וואס ווערט אפגעטוהן דורך הנהלת מוסדות סאטמאר ירושלים א. ג. תלמידי וחסידים פון די נשיאי העדה החרדית ירושלים מרן בעל דברי יואל ומרן בעל ברך משה זצוקללה"ה, דאן איז אינטער געשריבן געווארן א שטרענגן ווארענונג אז ביז צוויי וואכן מוזן זיי זיך שטעלן צו א בוררות כדת של תורה און אויב נישט ח"ו וועט די העדה החרדית ארויס קומען קעגן זיי מיט א מלחמת קודש וואס וועט אפדונערן מסוף העולם ועד סופו.

די אסיפה איז פארגעקומען אין געהיימעניס אויס מורא פון די ווילדע טעראריסטן נחום אטיק מיט הקדוש יצחק ווייס, און טאקע גלייך ווי עס איז באוואוסט געווארן די אזהרת הבד"ץ האט מען איינגעשפאנט מאיר ראטה אנצוהייבן מיט א טעראר מלחמה קעגן די העדה החרדית.

אצינד ווארט מען צו זעהן צו מענדל וואלערשטיין וועט ווייטער באפעלט ווערן פון זיין ברוקלינער מנהיג זיך אנצופייפן אויף די אזהרת הבד"ץ, אזוי ווי ער האט איהם באפוילן די לעצטע צוויי חדשים נאך די שארפע דריי אזהרות פונעם בי"ד רבי נסים קארעליץ שליט"א.

ימים ידברו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 17:08 לינק ישיר 

דער בי"ד האט געשיקט דעם בריוו צו ביידע זייטן, און שרייבן דערווייל נישט צו שארף קעגן זיי.

די זאליס זענען אבנארמאל ווילד, זיי ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פאר צוויי סיבות: 1) ווען דער בי"ד הייסט איז זייער שווער זיך ארויסצודרייען (נישט געזארגט, אויב עס וועט אויספעלן וועלן זיי אויך ווערן "ציונים", פונקט ווי הגאון האדיר רבי ניסים קארעליץ...). 2) ווייזט אויס אז די ווערטער פון רבין שליט"א האבן יא א כח, גענוג מעכטיג אדורכצוברעכן די הארטע שאלעכץ פון גרשון שטעמער און יוסף90.

וועלן מיר זען וואס זיי גייען טון יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 17:47 לינק ישיר 

די ערגסטע פיל פאר די זאליס איז אז זיי הייסן גיין צו בוררות זבל"א

די גאנצע בנין וואס די זאליס בויען שוין 7 יאר אז מען דארף גיין נאר צו די אייגענע דיינים האבן זיי צוטראסקעט!

און די צווייטע פראבלעם וואס זיי האבן איז

אז די קהלה פון סאטמאר ירושלים גייט מען אויך דן זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2006 19:13 לינק ישיר 

ווי איז דער בריוו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2006 19:16 לינק ישיר 

שא שא! יוסף90, פעשי, און די גאנצע זאלי פורום זענען געגאנגן שלאפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2006 19:17 לינק ישיר 

וואס גייט דא פאר?
ולשמחה מה זו עושה?
דער כ"ק האט ענדליך איינגעוויליגט זיין הייליגען רצון אונטערצושרייבען שטרי בירורין?
די ארונים האבען ארויסגעצויגען פון בג"צ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 19:57 לינק ישיר 

השבת אבידה ווער האט געטראפן מענדל וואלערשטיין


ווער עס האט זיך אפשר באגעגנט מיטן הולך בערכאות מענדל בן פייוול וואלערשטיין מנהל מוסדות סאטמאר ירושלים און שעיר המשתלח פון מיכל שלעזינגער, זאל זיך ווי אמשנעלסטנס פארבינדן מיט די הנהלת העדה החרדית אין ירושלים. עס איז זייעהר דריגענד...

דער גאב"ד ירושלים שליט"א האט שטרענג באפוילן נישט ארויסצוגעבן די אינהאלט פון די מכתב אזהרה וואס איז היינט אונטערג'עחתמ'ט געווארן דורך די אלע חברי הביד"ץ, ביז ווען דאס וועט אנקומען צו די הענט פונעם הולך בערכאות מענדל וואלערשטיין.

עס איז שוין דורך באלד פינף שעה וואס די הנהלת העדה זוכט מענדל ו. און זיי קענען איהם נישט טרעפן, צו ערשט האט מען געקאלט צו זיינע בני בית, און זיי האבן געזאגט אז ער געפינט זיך אין ניו יארק, מ'האט פון זיי באקומען זיין סעלעפאן נומבער, נאך צוואנציג קאלס האט ענדליך אויפגעהויבן א איד מיטן נאמען מיכל שלעזינגער [יא, דער וואוילער עסקן לשם שמים] און ער האט מיט זיין תמימות'דיגן שפראך גענטפערט אז דאס איז טאקע מענדל ו. סעלעפאן וואס ער האט דאס "בטעות" איבערגעלאזט ביי איהם, אבער ער האט נישט קיין האנונג ווי ער איז.

נאכדעם האט די הנהלת העדה געקאלט צום ברוקלינער גאון אליין, זיין זוהן דער חכם הייבט אויף און כאפט זיך ארויס: "דער טאטע שליט"א קען נאך נישט צוקומען..." ער האט זיך גלייך פאראכטן און צוגעלייגט: "דער טאטע דער רבי שליט"א האט זיך נעכטן געלייגט זייעהר שפעט שלאפן זייענדיג פארנומען מיטן דרשה אויפן יומא דהילולא כ"ו אב..."

ביז דערווייל קוקט די גאס ארויס מ'זאל זיך וואס שנעלער קענען פארבינדן מיט מענדל וואלערשטיין, ווייל ביז דאן לאזט דער גאב"ד שליט"א בשום אופן נישט ארויס געבן די אינהאלט פונעם בריוו.

נעבעך די הנהלת העדה החרדית ליידן זיך אפ שווערע שעה'ן פון פיין און טעראר, מאיר ראטה קאלט אן יעדן באזונדער און גיסט איהם אן בקיתון של שופכין: "אונז האב מיר אפאר יאר זיך געבעטן אויף עפעס א קליינעם וואונק פון די חברי הבד"ץ קעגן די הולכים בערכאות און דא האט יצחק ראזנבערג באוויזן דאס צו טאן..", אזוי שימפט ער און שעלט בקולי קולות, און זיי נעבעך בעטן זיך על נפשם אז זיי ווייסן נאך אויך נישט דערווייל וואס עס איז די אינהאלט פונעם בריוו.

פאר איינע פון די חברי הנהלת העדה האט מען געקאלט בשם משה פראדלזון מיט א שטרענגע אזהרה, אז ער שווערט א נקמה קעגן די העדה החרדית אויב די בריוו קומט ארויס בעפאר דער ברוקלינער גאון וועט דאס איבערקוקן...

יעצט קומט אן די נייעס אז נחום אטיק מיט הקדוש יצחק ווייס זענען געקומען צו לויפן צום גאב"ד שליט"א אין שטוב און געבעטן אז דער צדיק חיים הערש ט"ב וויל זיך טרעפן מיטן גאב"ד פנים אל פנים, אבער זיי זענען נעבעך פארשיקט געווארן, ווייל דער גאב"ד וויל מיט קיינעם נישט רעדן איבער די בריוו פאר דאס קומט אן צו די הענט פונעם הולך בערכאות מענדל וואלערשטיין.

די צוויי שלוחים אטיק מיט ווייס ווילן זיך נישט אוועקרירן פונעם טיהר ביים גאב"ד, און טענה'ן פארוואס רבי חיים הערש מייזליש שליט"א ר"י מהרי"ט ד'סאטמאר בני ברק, האט בשעתו יא געקענט זיך טרעפן פרעזענליך מיטן גאב"ד, וואס איז זיין בלוט רויטער פון זיינע...

אלזא רבותי! ווער עס טרעפט דעם מציאה מענדל בן פייוול זאל זאפארט איינמעלדן פאר הנהלת העדה החרדית אין ירושלים, און אזוי אויך איהם מעלדן אז ער האט איבערגעלאזט זיין סעלעפאן ביי מיכל שלעזינגער... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 20:10 לינק ישיר 

די בריוו איז איינס פון די סיבות וואס האט צוגעברענגט צו די מכתב אזהרה פון די חברי הבד"ץ העדה החרדית.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 20:13 לינק ישיר 

תוקן על ידי - jhhoruyr - 16/08/2006 20:15:08



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 20:17 לינק ישיר 

מצורף קובץ

 

תוקן על ידי - jhhoruyr - 16/08/2006 20:32:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 20:28 לינק ישיר 

.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 20:55 לינק ישיר 

אויב דער יפו'ער שטריק קען ליינען וואס דא שטייט, (לאפוקי, אויב ער איז א ריכטיגער ברא כרעא דאביהו)... דאן גייט ער ארום מיט א צעביילטען קאפ.






דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/8/2006 21:00 לינק ישיר 

עס ברוך טאקע ארויסגעברענגט ווערן אז דער הויפט אנפירער פון די ערכאות איז דער באוויסטער העצער קעגן מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע דער רשע ומסור מיכל שלעזינגער.

וואס ער פירט אן די גאנצע זאך און ער פארשאפט געלט פאר די ציוניסטישע קארט, און ער זיצט מיט די לויער, און לויפט ארום צו רבנים אז מען זאל נשיט ארויסקומען קעגן די ציוניסטישע ערכאות



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע: ביד"צ עדה החרדית שרייבט בריוו!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext