די בית דין צדק עדה החרדית און שלומי אמוני ישראל פון ירושלים רעש'ט נאך אויף די שרעקליכע בזיון התורה וואס די אינשי דלא מעלי האבן אפגעטאן נעכטן נאכט אין סאטמאר רחוב יואל.
עס איז נישט צו גלייבן צו וואספארא נידיגריגע געמיינע טעראר די אינשי דלא מעלי זענען גרייט צו טאן פאר איינער וואס גייט נישט 100 פארצענט און זייער וועג און נאך זייער קאפאריזען.
יעצט איז געקומען די רייע אויף די בית דין צדק העדה החרדית בירושלים עיה"ק, נאכדעם וואס זיי האבן ארויגעגבען זייער שארפע בריוו קעגן דעם מסור ומלשין והולך בערכאות מענדל וואלערשטיין שליחו של ר' חיים הערש טייטלבוים מירושלים אז ער מיז שוין ארויס פונעם טמא'נעם ציוניסטישען קארט און זיך שטעלטן צו א בי"ד זבל"א.
נעכטן נאכט ווען כבוד קדושת מרן גאב"ד רבי יצחק טובי ווייס שליט"א האט אנגעהויבען זאגן זיין דרשה אין סאטמאר- יואל נאך אפאר מינוט רעדן האט מען אים אויסגעלאשן די מייק!!!
דער גאב"ד שליט"א האט זיך פארלוירען און איז רויט געווארן לפני כל הקהל, ר' חיים הערשלע וואס איז געזיצען דארט האט זיך אונטער געשמייכלט ברבים וואס זיין שטיקל איז געלונגען, און דער גאנצער חיים הערש'לס עולם דארט האט מיט הנאה און פרייד אויף זייער פנים'ער צוגעקוקט די בושות וחרפות, מרן הגאב"ד שליט"א האט פרובירט ווייטער צו זאגן זיין דרשה אן א מייק אבער מען האט אנגעהויבן צו רידערן אז מען זאל אים נישט קענען הערן געהעריג און ער האט געמיזט שנעל ענדיגען זיין דרשה און אוועק געגאנגען פון דארט בבושות וחרפות.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס ר' יוסף מאיר מארק און ר' יוסף ראזענבערג זענען געגאנגען ריפן מרן גאב"ד שליט"א צו די כ"ו אב סעודה, האט זיי מרן גאב"ד זייער שארף פארגעהאלטן און זיי געזאגט: "ריפט די שופטים ווייל דאס זענען אייערע רבנים", האבן ר' חיים הערשלע מורא געהאט אז ער וועט ביי זין דרשה מוחה זיין קעגן זייער גיין אינעם ציוניסטישען ערכאות רח"ל.
אנדערע טעראר נגד חברי הבדי"צ שליט"א.
הגאון הגדול רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים האבן די זאליס נישט געריפן.
הגאון הגדול רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א האבן זיי יא געריפן, אבער ווען ער איז אנגעקומען האבן זיך די זאליס נישט אויפגעהויבן, און ר' חיים הערשלע האט אים נישט אנגעקוקט ווען ער איז אנגעקומען, אזוי ווי מרן הגאב"ד שליט"א האט עס דערזעהן האט ער זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו צוזאמען מיט די אנדערע חברי הבדי"צ לכבודו פון רבי מאיר שליט"א.
תוקן על ידי - wassa_dif - 24/08/2006 15:41:49
נשלח ב-22/8/2006 03:35
שקר ווי עבודה זרה אזוי אמת ווי דער טענטער איז אן ערליכער איד