נעבעך, נישטא ווער זאל לאכן...
דאס שרייבט ווילי יונג אין סיגוטער פארום: רבינו שליט"א איז אין קרית יואל פארן זעלבן ציל וואס ער איז רבי!!! ער איז נישט דא צו רוען אין שווייץ! ער איז דא צו ארבעטן פאר כבוד שמים! ער איז נישט דא צו ווארטן אינדערהיים ביז ווען זיין ביהמ"ד ווערט איבערגענומען פאר עם! ער איז דא צו זיין דער גענעראל וואס פירט אן יעדע מערכה למען כבודו יתברך! ער איז נישט דא בלויז צו נעמען כבוד! ער איז דא ווי ער אליין האט זיך אויסגעדריקט לא שררה... כי אם עבדות! ער איז נישט דא צו הערן באריכטן פין די ראשי הקהלה איבער די אנטוויקלונגען! ער איז דא צו ארבעטן צוזאמען מיט קהל און די הנהלת הישיבה, און זיי זאגן את המעשה אשר יעשון! ער איז נישט דא צו הערן באשלוסן פין בעלי בתים איבער התמנות'ן פין זיינע קינדער! ער איז דא אונז צו פירן מיט "זיינע" באשלוסן, בטלה דעתינו אצל דעתו!
רבינו שליט"א וואס פירט גאנץ סאטמאר מיט סיעתא דשמיא האט באשלאסן אז עס איז צייט צו העלפן די סאטמארער חסידים וואס וואינען אין קרית יואל!
עס איז געווארן א שמועס וועגן אנפאנגען א דין תורה אין קרית יואל, האט דער רבי שליט"א געזאגט אז "איך וועל שאפן דאס געלט פאר די מוסדות מיט די בתי מדרשים" אבער לאזט אפ מיין ברודער, וואס דער טאטע ז"ל האט עם געגעבן איז זיינס!
רבינו שליט"א פארזוימט זיך נישט נאר אומר ועושה, מען פארט אויף קרית יואל! מען גייט שאפן געלט!
דער רבי שליט"א איז נישט דארט אויף וואקאציע! ער איז דארט אויפציוועקן די קרית יואלער אידן וואס זענען ביז יעצט געווען אויף וואקאציע... אין איין ווארט? נעבעך! דער סיגוטער גייט נישט אין קאורט אין בני ברק, ער גייט נישט אין קאורט אין בארא פארק, ער גייט נישט אין קאורט אין מאנטריאל, ער גייט נישט כאפן בילדינגס אין לאנדאן, ער גייט נישט כאפן בילדינגס אין וויליאמסבורג, אלעס פאר איין סימפל ריזען: "ער גייט נישט אוועקכאפן וואס זיין טאטע האט געגעבן פאר זיין ברודער"... די איינציגע סיבה פארוואס ער האט נישט אנגעהויבן קיין מערכה אין קרית יואל, איז ווייל דא האט ער נישט קיין קאנעקשאנס אין קאורט! דער סיגוטער גייט קיינמאל אין זיין לעבן נישט גיין צו קיין דין תורה, די איינציגע פלאץ וואו ער קען געווינען איז אין קאורט, און נאר דארט איז ער גרייט צו גיין!
תוקן על ידי - ביז_אהער - 22/08/2006 17:49:36
|