קודם א הקדמה קר"י אידן דארפן וויסען ,אז זיי שפארן זיך איין ידעדס יאר א שיינעם סכום, וואס די וומסב"ג אידן צאלן פאר טראנספראטעשין פאר די קינדער אין די מוסדות אזוי אויך שפארן זיך די קר"י אידן איין א שיינעם סכום וואס די בארא פארק אידן גיבען פאר קרן הבנין פאר די מוסדות, אין קר"י זענענן די צוויי התחייבות'ער נישט דא
איך וואלט פארגעשלאגען אז מען זאל יא ארויפלייגען די התחייבות אויף די תושבי קר"י אבער נישט פאר די מוסדות, נאר פאר דירות!! דהיינו פין היינט מאל אן זאל יעדער צאלן נאך 1000 דאלער א יאר TAX דאס געלט זאל אריינגיין אין א פאנד וואס איינמאל אין דריי יאר גייט מען עס ניצען,
די ארגאניזאציע 'אנ"ש' האט איינאמאל ארומגעשיקט אפליקאציעס בערך א יאר צוריק, און אביסל שפעטער האבן זיי ארומגעשיקט א אינטערוויו וואס זיי האבן געהאט אדער געזאלט האבן מיטן מעיאר הרה"ח ר' אברהם ווידער בנוגע ווי עס האלט מיטן פלאן.
זינט דעמאלטס האבן זיי נאר אינסטאלירט ביימער, און אריינגעלייגט שכח'ס, מז"ט, און ניחום אבלים'ס אין 'דער בלאט' און דאס איז עס. און אין די זעלבע צייט ווערן פארקויפט דירות יעדן טאג פאר טייערער און טייערער.
אויב איז דא עפעס אן ערנסטן פלאן ברויך דער ווילידזש האלטן דעם עולם מער אפדעיטעד און אינפארמירט. כפארשטיי אז מען קען נישט קומען יעדן טאג מעלדן אז מ'האט געטון דאס און מ'האט גערעדט וועגן יענץ, אבער מענטשן אנשי שלומינו וועלכע זענען נישט אינטערעסירט זיך צו קריגן אדער העצן, ווערן צוביסליך אנגעווייטיגט און די רעזולטאטן וועלן קענען אויסקלאפן אין א אומבאקוועמע צייט.
ליבערשט זאל די הנהלת הקריה קעיר נעמען פון די פראבלעמען יעצט ווי איידער צו ווארטן ביז נאך וואס זיי כאפן א מעסעדזש. עכ"פ אויב איז דא עפעס א פלאן און זיי האבן מיט וואס צו בארואיגן דעם עולם און ווייזן אז מ'טוט עפעס, לוינט זיך זיכער נישט צו שווייגן און לאזן מענטשן ווייטאגן.