בית פורומים כל העולם כולו

סיגעט-סאסמאן: היסטארישער דורכפאל פון א שבת!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/8/2006 05:03 לינק ישיר 
סיגעט-סאסמאן: היסטארישער דורכפאל פון א שבת!!!

אזא דורכפאל האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזען.

איך וואונדער זיך וואו זיין עולם איז טאקע געווען. ער האט דאך פארט ארויסגעברענגט א צוויי דריי באסעס מיט בחורים פון קווינס קעמפ.

עס איז גראדע געווען א מראה הוד זיך צו צוקוקן ווי די קווינסער בחורים גייען אלע פון די סאסמאן שוהלכל צום גרויסן בית המדרש, ווייל זיי האבן זיך געוואלט צוקוקן צו אן אמת'ן טיש, צום ערשטן מאל אין זייער לעבן.

און ס'איז גארנישט קיין וואונדער אז די קווינסער בחורים זענען געקומען זוכן ווארימקייט אין גרויסן בית המדרש. זייער רבי איז א טויטער רבי. ער רירט זיך נישט א גאנצן טיש, נאר זיצט קאלטערהייט אויף איין פלאץ. ביים זאגן תורה רעדט ער שטיל אז נאר צען מענטשן ארום קענען עס הערן.

די בעסטע פּארט פון דעם סיגעטער'ס טיש איז געווען די תורה זאגן. די פאר הייסע חסידים האבן זיך ארויפגעשטופט אויפן אויבנאן און אויסגעהערט די תורה און דער גאנצער עולם (דאס ביסל וואס איז נאך דעמאלטס איבערגעבליבן - רוב פון זיי מעסיגע בני יואל) איז געזיצן אדער זיך ארומגעדרייט און געמיטליך פארברענגט, מיט שמועסן און ארומלאכן. עס זענען געווען קופקעס דא און דארט אין די גאנצע שוהל.

ביים אריינקומען צו קידוש האט דער סיגעטער געהאט ארום א 40-50 שטריימלעך, און דאס איז שוין געווען די גרעסטע עולם וואס ער האט געהאט ביים טיש. וואס טיפער אין טיש אריין אלס ליידיגער איז געווארן. ווען דער סיגעטער האט אנגעפאנגען זאגן תורה האט רוב עולם זיך אויפגעהויבן און אהיימגעגאנגען. עס זענען נאר געבליבן די שמועסערס און די ביסל מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן די תורה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2006 17:34 לינק ישיר 

דא האט עטס א קליפ וואס א זאלי האט ארויף געלייגט און זאלי פורום, איך בין זיכער ער האט באקומען אין אישי א פסק פון אלע זאליס פארן ארויף לייגן אזא אויסגעשפילטע קליפ, http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=DD70D5742AC44E26

דע קליפ איז פון של"ש וואס דארט איז שוין געווען זיין הויכפינקט, אלע זיינע בחורים זענען דארט געווען, אלע זיינע מענטשן פון די ארימיגע קאנטריס,(אזוי שרייבן זיי)

און דאס איז שוין נאכן נישט זיין פאר א גיטע צוויי יאר א שבת און קרית יואל, פרעג איך ענק איז ער נישט דער לאזער פון יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2006 19:17 לינק ישיר 

 שפיטצער, ביטע איבערלייגן דעם פייל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/8/2006 20:07 לינק ישיר 

איך האב נישט געסעיפט די פייל,

איך.האב געמאכט דא א טועת איך האב געשריבן אז ר' עיזריל גליק איז גארנישט געווען ביים סיגעטער ,.ס'איז א טעות ווייל של"ש איז ער יא געווען ביים סיגעטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2006 20:57 לינק ישיר 

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די סיגוט'ע שעמען זיך נישט ארויפצולייגען אזא בילד פון שלש סעודות,

ביים הכנסת ספר  תורה איז זייער עולם כמעט איבערגעשטיגען דער עולם פון די הכנסת ספר תורה א וואך פריער אריינגעגבען דורך די פריעדלענדער משפחה...

איך הער אז שבת ביים ליינען איז אריינגעקומען 36.3 ביליאן דאללער .....!!! פאר זייער מוסדות אין ק"י, וואס דאס איז אייגענטלעך די ציל פארוואס ער איז געקומען אויף קרית יואל,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2006 02:47 לינק ישיר 

איך האב געזעהן די קליפ פינעם באגלייטען, ס'איז ממש סכנת נפשות אין פילן זין פין ווארט.....אזוי ווי מ'האט אויסגעריפען דארט יעדע 2 מינוט,

מ'זעהט הערש אלימלך כהנא צירוק קימען אין בית מדרש אריין, נאכן זיך שטיפען ביים באגלייטען,זעהט אויס ער האט שוין מער נישט אויסגעהאלטען די געדרענג....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2006 07:16 לינק ישיר 

אן אינטערסאנטע מעשה האב איך מיט געהאלטן א יונגערמאן איז געקומען פון רז"ל טיש און סאסמאן מיט זיין קליין יונגל זעהן סאטמארע רבי'ס טיש און ביהמ"ד הגדול ער קומט אריין און ביהמ"ד און זיי קליין יונגל געט א שריי הויך "טאטי פאר וואס איז דא אין דע שיל דא אסאך מער טאטעס ווי אין אינזער שיל?"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 21:25 לינק ישיר 

ענדליך האב איך היינט געהערט פון א סיגוטער מסביר זיין פארוואס דער שבת איז געווען אזא דורכפאל. ס'האט גערעגענט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 21:52 לינק ישיר 

ווארהייט איך האב נישט אפגעציילט וויפיל מענטשען ער האט געהאט
פאקלען האט ער געהאט מער ווי 600...
סאטמערע האב איך געזען מער ווי סיגוטע דארט

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 29/08/2006 21:55:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיגעט-סאסמאן: היסטארישער דורכפאל פון א שבת!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext