בית פורומים כל העולם כולו

אמת אדער פראפאגאנדע: וויפיל קינדער זענען איינגעשריבן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/8/2006 09:38 לינק ישיר 
אמת אדער פראפאגאנדע: וויפיל קינדער זענען איינגעשריבן?

אמת אדער פראפאגאנדע: וויפיל קינדער זענען איינגעשריבען אין דעם נייעם מוסד?

פון בערך אפאר טאג נאך וואס עס איז מפורסם געווארן אין דער בלאט פון פרשת קרח (אוי ווי איראניש!) למספרם 6/30/2006 אז מען גייט עפענען נייע מוסדות אין ווילימסבורג ביז היינט, טוט מען דא (און אין גאס) פארקויפן אז עס איז שוין דא בערך 3,200 קינדער איינגעשריבן אין די נייע מוסד.

עס איז זייער אינטערעסאנט אז טראץ דעם וואס די רעגעסטראציעס זענען שוין אפען כמעט 9 וואכן איז דער צאל פון קינדער איינגעשריבן געבליבן ביי די זעלבע "בערך 3,200" אן זיך טוישן!

וואס איז פשט פון דעם? האט זיך קיינער נישט מער איינגעשריבן נאך דעם פינפטן טאג פון ווען די רעגעסטראציעס האבן זיך אנגעהויבן ביז יעצט?
אדער איז דער נאמבער 3,200 סתם פאר פראפאגאנדע און עס איז פַאלש? 
איז דער נאמבער נאר געווען פאלש אין אנהייב, 9 וואכן צוריק, אדער איז עס יעצט אויך פאלש?
אדער איז עס שוין יעצט יא קרוב לאמת?

וואס איז דער אמתדיגער צאל?

און אויב דער אמת'ער צאל איז ווייניגער פון דעם נומבער 3,200 וואס גייט דער תירוץ זיין?
אז דער הויכער נומבער איז נאר געווען פון א פרי רעגעסטראציע אבער עס איז קיינמאל נישט געווען למעשה?  אדער אז מען האט געמיזט דאס נוצן פאר גניבת דעת כדי עלטערן זאלן מיינען אז א גרויסער עולם האט שוין איינגעשריבן דא כדי זיי זאלן נישט מורא האבן איבערשרייבן זייערע  קינדער?
אדער האט מען דאס געטאהן כדי אויסצוזעהן גוט פאר די פארטיי אדער די גאס און געניצט א מכובד'גער נומבער?
אדער איז עס צופעליג אמת?
ווער ווייסט דעם אמת דא??




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2006 09:43 לינק ישיר 

איך בין דורכגעגאנגן אלע תגובות פון אסאך שרייבערס דא איבער די לעצטע 9 וואכן וואס די רעגעסטראציע איז אפען און אלע, כמעט ווי אפגעשמועסט, ניצן דעם "בערך  3,200 קינדער רעגעסטרירט" פון אפאר טעג נאכן אנהייב ביז היינט, א צייט פון כמעט 9 וואכן אן דעם וואס דער נומבער זאל שטייגן אדער זיך טוישן!

וואס איז אבער דער אמת??

דא איז א ליסטע וואס מען האט געשריבן לויטן דעיט:

7/04/2006
ווארהייט:
"איבער 1,500 קינדער זענען שוין איינגעשריבן געווארן ביז היינט"

7/06/2006
משמשבקודש:
"די פרי-רעגיסטראציע פון די נייע מוסדות האלט יעצט ביי:1814 אינגלעך 1278 מיידלעך" (3,092 צוזאמען)

טאראראם:
"ווייזט אויס אז דאס וואס ווארהייט האט געשריבן 1500 קינדער, האט ער געמיינט 1500 יונגלעך!"
 
ווארהייט:
"ניין, איך האב גערעדט פון 1,500 קינדער אלעס צוזאמען.
מיינע חשבונות זענען געווען פון זונטאג. די היינטיגע חשבונות זענען פון מיטוואך."

ווארהייט:
"קריזיס! קריזיס! קריזיס!
דער פלאן איז געווען אנצופאנגען דעם קומענדיגן זמן מיט 3,000 קינדער, אבער דא איז אונטערגעקומען א פלוצלינגדיגע קריזיס. עס איז אריבער ווייניגער פון א וואך זינט ווען מען האט געעפנט די רעגיסטראציע און מען האלט שוין ביי 3,092 קינדער, ענד קאונטינג."
 
7/09/2006
עכטע_נייעס:
"דאס איז אמאל זיכער אז 3000 דארפ מען זיכער אראפ נעמען" (פון סאטמאר 82)

8/01/2006
מבני_בניו:
"אבער סהאלט שוין יעצט ביי 3200 קינדער"

8/04/2006
עכטע_נייעס:
"ב"ה מיר האבן שוין 4 בילדינג'ס מיט 3000 טויזענט קינדער מיט א מעכטיגע סטעפ"

8/09/2006
שפיטצער06:
"- בערך 3,000 קינדער וואס גייען אריבער צו אינז,"

8/10/2006
בן_אהרן:
"הכל בכל מכל כל 3000 עטוואס מער"

8/23/2006
ווארהייט:
"און דער אומגלויבליכער ציפער פון 3,000 קינדער בליעה"ר!"

8/24/2006
עכטע_נייעס:
"אין ווילאמסבוירג האלט מען קוים צוויי חדשים פין די מעלדינג מ'האלט שוין ביי 40 פערצעינט 3,200"

עכטע_נייעס:
"סאטמאר האט יעצט 3167 אָן די ישיבה קטנה"

8/29/2006
מבני_בניו:
"די רעגיסטרעישאן האלט יעצט ביי ארום 3200 קינדער"

וואס איז אבער דער אמת??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2006 17:49 לינק ישיר 


אקעי, האסט אונז געכאפט ביי די גניבה,
דער אמת איז אז עס איז נישט דא מער ווי ניין {9} קינדער, מספר קטן אמת

נעקסט טיים האב אביסל רחמנות אין פראק אונז נישט אויס ברבים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אמת אדער פראפאגאנדע: וויפיל קינדער זענען איינגעשריבן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext