|
|
| נשלח ב-30/8/2006 17:39 |
|
| |
דעדליין:וועלן די זאליס ארויס גיין פין קארט?
היינט מיטוואך איז די דעדליין פין די עדה החרידת אז די זאליס דארפן ארויס גיין פין קארט און בני ברק און זיך שטעלן צו זבל"א וועלן זיי פאלגן די עדה??
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2006 18:08 |
|
| |
לדעתי, גייען זיי קיינמאל נישט גיין צי קיין זבל"א בי"ד בנוגע בני ברק, קיינמאל נישט! ווייל רז"ל ציטערט פין די מין זאך די"ת בכלל, ממש אימות מוות
תוקן על ידי - שלמה_שמש - 30/08/2006 18:09:23
תוקן על ידי - wassa_dif - 30/08/2006 21:00:51
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2006 18:23 |
|
| |
פעשי האט שוין אינעם אנדערען פארום אויפגעמאכט נאך א אשכול איבער די נושא פון בני ברק,
זיי זיכען יעדן טאג אפיר נייע תריצים, אבער צום דין תורה קיינמאל נישט,
אבער האטס נישט מורא, די אלע א.ג. מוחים שבדורינו וועלן נישט ארויס זאגען קיין פיפס.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 20:01 |
|
| |
די 2 וואכן איז שוין פאריבער און "ר" זלמן איז נאך אלץ אין קארט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 20:38 |
|
| |
קיינער האט נישט געהייסן ארויסגיין פון געריכט
משה חיים ווייס האט היינט געדארפט איינגעבן זיין ענטפער אויף די "דעקלערעישאן" פארלאנג, און האט היינט איינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט אז מ'זאל עם פארלענגערן מיט צווי וואכן דעם "דעד-ליין" ביז ער וועט קענען ענטפערן.
דער ריכטער האט עם נאכגעבן און פארלענגערט דעם ענדגילטיגער "דעד-ליין" מיט נאך 10 טעג. אזא פנים טראגט משה חיים ווייס. פון איין זיינט פארקויפט ער אז ער וויל א בוררות און וויל ארויסגיין פון געריכט, ווייל מ'טאר נישט דן זיין אין ערכאות
פון צווייטן זייט האט ער איינגעגעבן א פארלאנג אז ער זאל קענען פארלענגערן דעם דאטום צו קענען ענטפערן אין געריכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 20:50 |
|
| |
די שוטה פעשי ער דארף זיך לאזן שמייסן און ער זאל גארנישט פרובירן צוטוען????? סך הכל האט ער פארלאנגט אז מען זאל עם געבן א פארלענגערונג צו קענען ענטפערן. ווי נישט ווי איז שוין דורך צוויי וואכן און ענק זענען נאך אלץ נישט ארויס פון קארט סא פארוואס זאל ער האלטן אז מארגן גייען ענק יא ארויסגיין פון קארט
ער האט זיך סך הכל באווארענט אז ער זאל נישט פארלירן זיין טשענס צוריק צוענטפערן
תוקן על ידי - אותו_חלומה - 31/08/2006 20:55:01
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 21:34 |
|
| |
איז נאך דא א גרעסערע ציוני ווי זלמן לייב?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 21:42 |
|
| |
דער ביד"ץ האט נישט געהייסן ארויסגיין
אבער ענטפערן האט ער אויך נישט געטארט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 21:52 |
|
| |
איך ווייס באמת נישט וואס איר ווילט פון פעשי.
סך הכל האט דער בד"ץ געהייסן פאר ר' משה חיים ווייס צוריקציען אלע זיינע קלאגעס פון געריכט,
און אויפן פלאץ איבערגעבן אלע בנינים פאר די הולכים בערכאות פון ירושלים/וויליאמסבורג.
למראית עין האט דער בד"ץ אויך געהייסן אז זיי זאלן זיך כאטש מאכן ווי זיי קלויבן אויס א בורר,
אבער מער פון דעם מאן דכר שמי' ?
איינמאל זיי האבן שוין לפנים אויסגעקליבן א בורר, מעגן זיי שוין טון ככל העולה על רוחם, און
ר' משה חיים דארף זיי איבערגעבן אלעס אויף א גאלדענעם טאץ !
און איר האט נאך טענות ?!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 22:04 |
|
| |
קען איינער מיר מסביר די ווערטער פין פעשי90 :
דער ביד"ץ האט נישט געהייסן ארויסגיין
אבער ענטפערן האט ער אויך נישט געטארט
אויב ביד"ץ האט נישט געהייסן ארויס גיין פין קאורט פארוואס טאר מען נישט ענפערן
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 22:23 |
|
| |
איך וויל נישט עובר זיין אויף גילו אבער יוסף90 און פעשי שרייבען די זעלבע שתוסים נאכאמאל און נאכאמאל מען מעג יא מען טאר נישט מען מעג יא מען טאר נישט גיהייסען דעיס געהייסען יענץ
אלעס איז אסור נאר וואס איך טוה מעג מען
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|