איר מאכט זיך פשוט נאריש.
איך זע דא גארנישט שלעכט, עס איז העכסט נארמאל פאר א בחור פון 18-20 יאר צו טון אזוינע זאכן
אין די פרייע צייט, אויב איר געדענקט נאך וואס מיינט צו זיין א בחור.
אין יעדע גרויסע ישיבה אין דער וועלט איז דא בעסערע און שוואכערע בחורים, ווער עס זאגט אנדערש
לעבט אין אילוזיעס, אדער פרובירט ער צו נארן דעם צוהערער, און נישט קווינס און נישט די
סאטמארע ישיבה גדולה פארן ארונטער פון דעם כלל.
במילא איז קינדעריש און זינלאז צו פירן א מערכה איבער ווער עס האט א בעסערע ישיבה, ביידע האבן
מער ווייניגער גוטע און שוואכע, עס לאזט זיך דינגען איבער וואס הייסט גוט און וואס הייסט
שוואך, דאס טוישט זיך אין יעדע חסידות/געגנט/תקופה אא"וו [לדוגמא: אין סענדז סטריט האט מען
געמאסטן א גוטן בחור לויט וויפיל שעה ער זיצט הכנות], אבער איבעראל איז פאראן פון אלעמען.
איין זאך בין איך יא גרייט זיך מתווכח צו זיין, אז בעת אין סאטמאר וועט דער גוטער בחור זיין
שטארק צוגעבינדן צו כ"ק רבינו שליט"א, און וואס בעסער אלס מער צוגעבינדן, איז אין קווינס
פונקט פארקערט, וואס בעסער דער בחור איז אלס מער וועט ער לאכן פונעם סיגוטער, נישט נאר ווייל
"יודע צדיק נפש בהמתו", נאר ווייל דאס איז דארט דער ווינט בכלל, די בחורים קומען פון שטיבער
וואו מען לאכט אפ בשיטה פון יעדן[סמודגש רבי'ן, און כש"כ פון א רבי וואס איז זייער
גרינג צו לאכן... און וויפיל עס פעלט נאך אויס ווערט צוגעשטעלט דורך ר' נפתלי בלומענפעלד,
וועלכער לאכט שוין יארן פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און ערלויבט זיך אפילו צו ווערטלען
אויפן חשבון פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, איז קען מען זיך שוין פארשטעלן וויאזוי עס קוקט
אויס ווען ער באטראכט דעם סיגוטער עם הארץ זיך פארקנייטשן דעם שטערן און טיילן שיריים...
 |
|
|