רבינו שליט"א: פלייש נאר אין בוטשער
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט פריער ביי די דרשה קלאר געזאגט אז ער פירט איין א נייע תקנה אין ליכט פון די שרעקליכע מכשול וואס איז פארגעקומען אין מאנסי, ווי א בוטשער האט פארקויפט טריפה פלייש מיטן לעבל פון קרית יואל און וויילאנד:
אז סאטמארער אידן וואס זענען סרים למשמעתו, מעגן נאר קויפן פלייש אין אונזער בוטשער. און אזוי וועט מען אי"ה קענען פארזיכערן אז אזעלכע מכשולות קומען מער נישט פאר.
ער האט אויך געזאגט אז אין א בריוו וואס דער בעל דברי יואל האט געשריבן, קען מען אויך ארויסדרינגען אז דער רבי זי"ע האט געוואלט אז מ'זאל דייקא קויפן פלייש אינעם בוטשער, ווייל ערגעץ אנדערש קען חלילה פארקומען מכשולות.
ויאכלו ענוים וישבעו !
|
|