(איך רעד נאר פון כיתה ז' ווייל פונקט דאס האב איך געהערט.)
אין כיתה ז' איז דא פונקטליך 121 קינדער, 4 כיתות, 30, 32, 28, 31
ס'מעגליך אז נאך יו"ט צום נייעם זמן גייט מען עפענען א 5טע קלאס איבערהויפט אויב עס וועלן צוקומען נאך קינדער וואס ס'איז דא א שטארקע מעגליכקייט.
אין 82 איז געווען דאס יאר פונקטליך 300 קינדער, 12 קלאסען יעדע 25 קינדער דאס זענען געווען די מלמדים: ר' א.י. ווייס, ר' ד.א. יאקאבאוויטש, ר' ש.י. פאגעל, ר' י.א. ווייס, ר' י. פרענקל, ר' י. פעקעטע, ר' י. פרידמאן, ר' ד. פעלדמאן, ר' י.צ. לויפער, ר' ל. יאקאבאוויטש, ר' מ.ג. פאלאטשעק, ר' י. גלאנץ
אויב מ'מאכט א חשבון, 121 פון 300 איז עטוואס מער ווי 40% !
ע"פ שכל, זענעם די אינגערע כיתות סך מער די פראצענטן.
וואס איך הער אבער יא, אז ביי די מיידליך, ספעציעל די עלטערע עידשעס, איז עס זייער א קליינע פראצענט, איין עידש זענען נישט מער ווי בערך 15% ארויסגעגאנגען. אפשר פארדעם האבן זיי געשריבן "בת יחידה" נישט "בן יחיד".
ס'איז קלאר אז די סאטמארע מוסדות איז אויפן וועג צו איבערשטייגן די זאלי מוסדות, געב 2-3 יאר.
|
|