בית פורומים כל העולם כולו

דינסטאג - נייעס פון סאטמאר בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2006 05:11 לינק ישיר 
דינסטאג - נייעס פון סאטמאר בני ברק

פאריגע וואך מיטוואך איז געווען די דעד ליין וואס די זאליס האבן געהאט צו ענטפערן צו די בדי"צ העדה החרית, זיי האבן געבעטן מען זאל זיי געבן ביז די וואך מאנטאג.

נעכטן מאנטאג האבן זיי גארנישט גענטפערט, און מרן הגאב"ד שליט"א איז מודיע געווארן אז דער מסור מענדל וואלערשטיין  איז אוועק געפארן מאנטאג קיין לאנדאן, מרן הגאב"ד האט געשיקט א שליח צו חיים הערשלע און אים געזאגט אז טאמער ענטפערט ער נישט ביז היינט דינסטאג וועט ער ארויס קומען בחרב ובחנית.

היינט דינסטאג האבן די זאליס געמאלדן אז זיי האבן אויפגענומען ר' נתנאל לינדער אלס זייער בורר, מרן הגאב"ד האט זיי געזאגט דאס איז איין זאך וואס די בדי"צ האט פארלאנגט, ווי איז די צעטעל אז עטץ צוריק געצויגן די קלאגע אינעם ציוניסטישען ערכאות האט ער זיי פארגעהאלטען, ער האט זייי געזאגט אז טאמער ביז סוף וואך וועלען זיי נישט צוריקציען פון די קלאגע וועט ער ארויס קומען מיט א סירוב קעגן די זאליס.

אפאר קרישקעלעך

די תימני ד. מ. טאלער פון די פירערס און הולכי ערכאות צום ציוניסטישען בג"ץ וואס האט דערווייל די זאל פון די סאטמאר מוסדות אין בני ברק, האט געשיקט א בריוו צו די בדי"צ פון הרב לאנדא  - וואס ביי די בי"ד איז דא שטריי בירורין צוויישען טאלער און רבי משה חיים ווייס שליט"א - אז ער באצאלט מער נישט די 15 טויזענט דאלעער וואס ער געט יעדן חודש פאר רבי משה חיים, נאר ער גייט עס פון יעצט און ווייטער געבן פאר דעם מסור וואלערשטיין.

די בדי"צ פון הגאון רבי משה לאנדא האבן אים צוריק געשריבען דארנעשטאג א שארפן בריוו אז טאמער ביז די וואך סוף וואך באצאלט ער נישט פאר רבי משה חיים די געלט דעמאלס קען אים רבי משה חיים ארויסשטעלטן פון זאל, אפען בריוו האבן אונטערגעשריבען די בי"ד ובראשם הגאון ר' משה לאנדא און הגאון  ר' מענדל שופראן.

משה פראדל ווען ער האט דערזעהן דער בריוו האט ער אנגעריפען רבי משה לנדא און זיך געניצען צו זיינע ביינער ער האט אים געזאגט אז ער האט זיך נישט וואס אריינצימישען אינעם ענין עס באלאנגט צו די אייגענע סאטמאר דיינים, הרב לנדא האט אים געזאגט איך טענה מיט אייך נישט אפען טעלעפאן קומט אריבער אדער שרייבט עס בכתב, משה האט אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף אים די ביסט א ליבאוויטשער א משחי'ס דיין רבי האט שוין געפייגערט... די טעלאפאן איז שטים געווארן....

דערנאך האט ער אנגעריפען הגאון ר' מענדל שופראן ער האט אנגעאהויבען מיט שייינעם אבער ווען ער האט געזעהן אז עס גייט נישט און ער רעדט צום וואנט, האט ער אים געזאגט איך געב אייך ביז מאנדא טאמער איר מיט איער קאפעריטער בי"ד וועט נישט צוריק ציען וועט מען ענק ווייזן וואס מיר קענען, ר' מענדל שופראן האט אים געזאגט זעט אז טאלער זאל שוין באצאלען אז נישט וועט רבי משה חיים אים קענען ארויסשטעלען.

****

זינטאג איז פארגעקומען א זיצונג אין די הנהלת העדה און דער זאלי שלמה מינצבערג פון תפארת ירושלים האט פארפירט פארוואס די בדי"צ האט ארויסגעבען אן די רשות פון די הנהלת העדה די בריוו קעגן די זאליס אז זיי דארפן ארויסגיין פונעם ציוניסטישען קארט.

די הנהלת העדה רופם ככולם האט אים פארדאמט אין אים געזאגט אז די בדי"צ איז גערעכט און מען דארף אפשטעלען די חילול ה' פון די זאליס.

איינער האט אים געזאגט פאר יאר ווען די ביד"צ האט געשריבען א בריוו צו הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א אין שטוב פון ר' עפרם שפירא ני"ו און די ביסט דארט געווען דעמאלס האט מען געמעגט.

***

הרב החסיד ר' אייזיק ווייס שליט"א פון ירושלים איז אריבער געגאנגען צו חיים הערשלע און אים פאר געהאלטען פארוואס ער גייט נישט ארויס פון די קארט אין בני ברק, חיים הערשלע האט אים געזאגט עס האט נישט מיט מיר, איך ווייס נישט, עס האט מיט משה גבאי און מיכעלע שלעזינגער, גיי צו זיי, ער האט נישט נאכגעלאזט, וועט ער האט געזעהן אז ער ווערט נישט פטור פון אים האט ער אים געזאגט רבי משה וואלף זארגער האט געגעבען אן היתר.

ר' אייזק איז אריבער געגאנגען צו ר' משה וואלף און ער האט אים געזאגט אז עס איז שקר וכזב ער האט קיינמאל קיין היתר נישט געגבען, ביינאכט ביי מנחה מעריב איז יצחק וויס באפאלען ר' אייזיק און אים ארויסגעפירט מיט בושות וחרפות פון אוהל רחל ער האט אים באשריגען מיט די מיאוסטע לשונות די ביסט א מחוצף פארן רב, אלס קומסטו מיט דייינע פרומקייטן פארדרייען די קאפ, גיי דיר צו די אהרונים, האט ער אים באזידעלט.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2006 05:41 לינק ישיר 


ייש"כ יונה, איך האב טאקע געוואלט וויסען וואס עס גייט פאר אין בני ברק
אבער א חלק וואס די שרייבסט. איז אביסל איבער געטריבען, די שרייבסט

מרן הגאב"ד האט זיי געזאגט ........,, ווי איז די צעטעל אז עטץ צוריק געצויגן די קלאגע אינעם ציוניסטישען ערכאות האט ער זיי פארגעהאלטען, ער האט זייי געזאגט אז טאמער ביז סוף וואך וועלען זיי נישט צוריקציען פון די קלאגע וועט ער ארויס קומען מיט א סירוב קעגן די זאליס.

לכאורה איז דאס נישט אמת, ווייל בד"צ האט נאר געהייסן וועלן בוררים, אין די זבל"א בי"ד צווישן זיך. זיי זאלן אפמאכען ווי אזוי מען דארף זיך פירען בנוגע די קארט,
ממילא ווער עס האט קראנטע אינפערמאציע איבער די בני ברק נושא, זאל זיך ביטע לאזן הערן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 05:44 לינק ישיר 

שלמה נישט גערעכט. קוק איבער די צעטל שטייט קלאר אז די סיגעטער דארפן ארויס פון קאורט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 05:51 לינק ישיר 


כ'האב איצט נישט די צעטיל פאר מיר, כהאב געשריבען וואס איך האב געדענקט אז דארט שטייט
אויב איך האב געמאכט א טעות, דאן צי איך צירוק.. איך מיין אבער אז כהאב נישט  געמאכט קיין טעות, איך איך בין יא גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 16:51 לינק ישיר 

שלאגט אייך צווישן זיך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 19:10 לינק ישיר 

להוציא ממקומת ממשלתים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 23:21 לינק ישיר 

באמבע! באמבע!!!

היינט מיטוואך האט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א געשריבן א נייע שארפע בריוו צום מסור ומלשין מענדל וואלערשטיין, ער שרייבט די בריוו נאר צו אים פרעזנדליך אז ער זאל ארויסגיין פונעם ציוניסטישען קארט תיכף ומיד!!

די בריוו וועל איך באלד ארויף לייגן דא פארן עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 00:12 לינק ישיר 

נאך א מעכטיגע באמבע!!!

שבר על שבר!!!

הגאון ר' מענדל שופרן שליט"א האט היינט מיטוואך געשריבען א בריוו בשם די בדי"צ פון הרב לאנדא די בני ברק'ער רב שליט"א, אז אזוי ווי דער יוצא תימן דוד מאיר טאלער האט דערוווייל נישט באצאלט די געלט פון דעם חודש פאר די מוסדות אין בני ברק פאר רבי משה חיים וויס שליט"א, טאר קיינער נישט געבן קיין געלט פאר די טאלער ווער עס דינגט די זאל, נאר יעדער איז עס מחויב צו געבן צו רבי משה חיים שליט"א, און ווער עס געט עס נישט פאר רבי משה חיים קען אים ר' משה חיים תובע זיין ביים בי"ד דאס געלט.

עס הייסט אז הרב לאנדא גייט אראפ נעמען די הכשר פונעם זאל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 07:53 לינק ישיר 

היינט פארנאכט'ס האט דער גאב"ד ירושלים גע'חתמ'ט א שטרענגן בריוו פאר מענדל וואלערשטין ווי פאלגנד (בערך) : "לכבוד מר מענדל וואלערשטין, איך פאדער פון דיר זאפארט צו אויספאלגן די פסק פון די בד"ץ איינצופרירן די תביעה אין ערכאות, זאלסט וויסן די שפילסט דיך מיט פייער!.

די זאהעלונים אין ירושלים קאכן ווי א קעסל, מאנכע שרייען מ'קען זיך נישט שלאגן מיט די עדה מ'מוז שוין אויספאלגן ר' טוביה'ן, און פון די צווייטע זייט איז דא וואס שרייען און קוויטשען אז מ'דארף אפשניידן מיט די עדה החרדית.

אויב איז די שארפע בריוו פונעם גאב"ד זיי נישט גענוג געווען פארן היינטיגן טאג, האבן אויך די חברי הבד"ץ רבי יהושע ראזנבערג רבי אברהם יצחק אולמאן און רבי יעקב מענדל יאראוויטש געשיקט א שליח מיוחד ר' יעקב ראטה צו מענגעלע וואלערשטין אז ער זאל תיכף ומיד איינפרירן די תביעה אין בית משפט נאך בעפאר די נתבעים מוזן ענטפערן אויף די תביעה.

ביי מנחה מעריב אין אהל רחל האט מען געקענט שניידן די לופט פאר אנגעצויגנקייט, ש"צ עקשטיין דער הויז בחור פון הצדיק חיים הערשל טייטלבוים האט זיך ארומגעדרייט זאגן בשם דעם רב שליט"א אז ער האט נישט קיין שום האנט אין די גאנצע זאך, דאס האט מיט אמעריקא נישט מיט איהם, און עד כדי כך אז ער האט אפילו נישט געוויסט פון גארנישט ביז ווען ער באקומען די שארפע טעלעפאן קאל פונעם גאב"ד שליט"א [נו, איז ער א צדיק צו נישט???].

תוקן על ידי - jhhoruyr - 07/09/2006 7:55:12



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 07:57 לינק ישיר 

 

נעכטן נאכט האט דער גאב"ד ירושלים שליט"א געלאזט פאלן שטרענגע דיבורים אויף דעם הולך בערכאות מענדל וואלערשטיין, היתכן די בד"ץ הייסט איהם איינפרירן די תביעה אין געריכט אנטקעגן די סאטמארער מוסדות אין בני ברק, און ער פייפט זיך אן מיט חוצפה, און נאכמער ער האט נאך די קוראזש אוועק צולויפן קיין לאנדאן אריינצוכאפן נאך א שטיקל שנאר אקציע פאר די מוסדות אין ירושלים [וואו די אלע געלטער ווערט פארשווינדן ווייסט נישט קיינער אויסער זיין חבר לאיש משחית מעכיל שלעזינגער, ווייל אין ירושלים איז מען שוין שולדיג 5 מאנאטן געהאלט די מלמדים וכלי קודש זאגן אז זעהט אויס אז די לויערס פון וואלערשטיין קאסטן אפ זייערע געהעלטער].

על כל פנים מענגעלע האט געהערט נעכטן אין לאנדאן אז דער גאב"ד איז זייעהר בייז אויף זיין חוצפה און ליצנות, האט איהם געכאפט דאס גוטע יאהר, און פארטאגס איז ער שוין געווען אויפן פליגער צוריק קיין ארץ ישראל, אגב: אויפן פליגער האט ער מסביר געווען פאר א גערער חסיד אז ער זוכט די וועג ארויס פון סאטמאר, זעהט אויס אז זאלי'ס תורה'ס געפעלן איהם נישט עס איז צו לומד'יש.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 08:00 לינק ישיר 

היינטיגן טאג איז זעהט אויס נישט אזוי געווינטשן פאר די זעלאנימלעך אפשר אלס רעאקציע פון די נייע ערליכע מוסדות אין וויליאמסבורג, אין צוגאב צו די שארפע ווארענונגען פון דעם גאב"ד און חברי הבד"ץ אז ווארלערשטין מוז ביז מארגן איינפרירן די תביעה אין קארט, האט אויך דער שותף לדבר עבירה דער תימנער טאלער פון ב"ב באקומען א שארפן בריוו פון די בית דין פון הרב לאנדא שליט"א גאב"ד ב"ב, ווי עס שטייט אז אויב באצאלט ער נישט תיכף ומיד די שכירות אויף די זאלן פאר די הנהלת המוסדות, קומט די בי"ד ארויס מיט א בריוו פאר אלע בעלי שמחות וואס ווילן באשטעלן שמחות אין די זאלן אז די געלט מוז באצאלט ווערן פאר די מוסדות דייקא מיט א רעסיט, און ווער עס נישט צאלן פאר די מוסדות וועט מוזן באצאלן צוויי מאל עפ"י דין תורה, און די מוסדות וועט מעגן נעמען די נויטיגע שריט.

די שארפע בריוו איז אונטער גחתמ'ט דורכ'ן דיין הרב מענדל שפרן שליט"א [טאקע דער וועמען משה ז'באי האט פארגאנגענע וואך געקאלט און געכאפט פון איהם מנה אחת אפים].



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 19:07 לינק ישיר 

יוסף 90 וווי ביסטו?

איכה?

די לעבסט נאך???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/9/2006 19:12 לינק ישיר 

מיכעלע שלעזינגער האט היינט געזאגט אין ראדני, אז לאזט נישט דעם מסור וואלערשטיין ארויסגיין פון קארט, ער וועט נישט פרעגן די בי"ד וואס צו טאן, ער זאגט אז ער גרייט צו א גאנצע קונטרס קעגן בי"ד ווי ער גייט ארויברענגען אז די בי"ד זענען ציונים און שקצים.

מיכעלע מיכעלע ווי ביסטו אנגעקומען?

ווי אזוי גייסט די צו צום יום הדין וואוסענדיג אז דיינע בלוטיגע הענט האבן אריינגעפריט די הייליגע סאטמאר מוסדות אין בני ברק אינעם ציוניסטישען ערכאות!

און די האסט צוטראטען מיט דיינע פיס די הייליגע ויואל משה און רבינו הקדוש והטהור זי"ע!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/9/2006 21:20 לינק ישיר 

ירושלים קאכט ווי א קעסל!!!

נעכטן נאכט איז געווען א מיטונג אין שטוב פון חיים הערש טייטלבוים דארט איז אויך געווען דער מסור מענדל וואלערשטיין ווי זיי זענען געזיצען ביז 4 פארטאגס מיט א קאנפרענץ קאל מיט ר' זלמן לייב משה גבאי און מיכל שלעזינגער ווי עס איז געבליבען אז זיי גייען זיך אנפייפן אין די עדה החרידת אין גייען נישט ארויס פונעם ציוניסטישען קארט.

מען האט דאס מודיע געווען פאר כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, און ער האט היינט געשיקט זיין גבאי'ן אלס שליח צו חיים הערש טייטלבוים, אז טאמער ער זיי גייען נישט ארויס פון קארט ביז מארגן פרייטאג ביזן זמן, גייט די עדה החרדית מאכן אן עצרת מחאה גדולה אין ביהמ"ד זופניק דעם קומעדיגען מוצאי שב"ק ווי מרן הגאב"ד און די גאנצע בדי"צ וועלן האלטן דרשות דערקעגן און ארויסגיין בכל חומר.

***
די גבאים פונעם ביהמ"ד שומרי החומות שופעט ווי וואלערשטיין דאווענט יעדן טאג האבן אים מודיע געווען אז ער זאל נישט אריינטרעטען אין זייער ביהמ"ד מער ווילאנג ער גייט ארויס פון קארט.

***
היינט איז ארויף צו חיים הערש ט"ב א קבוצה פון 12 זאלי אינגעלייט ובראשם ר' שד"ר, און אים געזאגט אז טאמער מען גייט נישט ארויס פונעם ציוניסטישען קארט דעמאלס גייען זיי אוועק פון זיין קהלה און גרינדען זיך איין אייגענע קהלה. 

***
תימני טאלער האט געשריבן נעכטן א בריוו צו די בדי"צ פון הרב לאנדא שליט"א מיט מלא חוצפה, צווישען שרייבט ער מיט חוצפה און וויינט פארן בי"ד היתכן זיי זענען שוין ארויסגעקומען מיט א 2'טע בריוו קעגן אים ווען עס איז נאך נישט דא קיין 30 טאג פון ווען ער האט נישט באצאלט פאר רבי משה חיים.

אויך שרייבט ער מיט חוצפה אז משה גבאי האט געקאלט הגאון ר' מענדל שופרן, און ר' מענדל האט אים געזאגט אז ער מישט זיך נישט אין די סאטמאר פאליטיק, נאר ער הייסט וואס די הלכה הייסט אז ער דארף באצאלען פאר ר' משה חיים ווייס שליט"א, ממילא וויל זיך טאלער אויך נישט ח"ו... מישן אין פאליטיק און ער גיט נישט די געלט נישט פאר ר' משה חיים און נישט פארן מסור וואלערשטיין ווייל ער וויל זיך נישט מישען אין פאליטיק...

יעצט נאכמיטאג איז טאלער אריבער צום בי"ד פון רבי משה לאנדא שליט"א און הגאון רבי מענדל שופרן שליט"א איז געווען דארט, אזוי ווי טאלער האט געפענט זייין מויל מיט זיין חוצפה, האט הגאון ר' מענדל זיך אויפגעשטעלט און געשריגען אויף אים די הולך לערכאות גיי ארויס פון דא, טאלער האט זיך נישט געלזאט און ווייטער געשריגען, אפאר חברה האבן אנגעהויבען ביי די האנט און ארויסגעפירט בשן ועין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 21:26 לינק ישיר 

עס זאגט זיך אליינס!

עס אזי נאך דא אין ארץ ישראל ערנסטע רבנים וואס טוען פארן כבוד שמים און אפשטעלען חילול שם ה'!

די הייליגע באשעפער איז נאך נישט באנקראט!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 22:20 לינק ישיר 

כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א פירט אויס, מארגען גייט מען פריזען אלע קעיסעס אין קאורט, די זאלונים האלטען נישט אויס די געפערליכע דריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דינסטאג - נייעס פון סאטמאר בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext