מיט גרויס פרייד האט כלל ישרא-ל אויפגענומען די בשורה מרנינה אז דער באוויסטער שוחד בי"ד משפט שלום, וואס האט געטרעטען אפען חושן משפט, און חרוב געמאכט ביי אידן דאס גייין זיך מתדיין זיין ביי א בי"ד איז אפגעשפארט און געשלאסן!
יעצט אין דער זמן פון תשובה חודש אלול איז די פריי גאר שטארק אז אזא באנדע פוחזים ורקים האבן אפגעשפארט זייער הפקירות און השחתה אפראט!
די משפט שלום האט נאך אין די לעצטע צייט נאכמאל אויפגעשאקלט די יהדות החרדית מיט זייער טרעטען אויף די תורה הק', ווען זיי האבן געגעבען זייער היתר צו ריפן די מוסדות יטב לב דסאטמאר בני ברק אינעם ציוניסטישען קארט, און קיין שום הזמנה מקודם.
אויך האבן די פוחזים געגבען א היתר פאר די זאליס נישט צו גיין צו דין תורה אין וויליאמסבורג.
עס איז באמת א שמחה גדולה ביי כלל ישראל און ביי תושבי וויליאמסבוורג בכלל אז מען איז פטור געווארן פון די מופקרים!
דאס יהדות החרדית ריפט אויס מיט פרייד!
ברוך שעקר משפט שלום מארצינו!!!
|
|