שלעגערייען פארטרייבן קינדער פון 82
די זאלונים האבן נאך נישט דערהערט דעם מעסעדזש אז מיט זייערע "נועם המידות" טאקטיקן וועלן זיי פארטרייבן מער און מער מעסיגע משפחות פון זייערע מוסדות.
דעי וואך האבן די 82 יונגלעך געשלאגן און געשפיגן און נאכגעשריגן אנדערע קינדער מיט מיאוס'ע און געמיינע עפיטעטען. עקלהאפטיגע קללות נמצרות און סתם מיאוס'ע רייד.
פאר איין יונגעל (ראזענבערג) האט מען ציבראכן די גלעזער, ווייל ער איז א אהרוני. אן אנדערע יונגעל וואס איז געקומען אין חדר מיט א ליכטיג ווייסע העמעד, און פאר די זאלונישע פראים האט זיך געדאכט אז דאס יונגעל האט א ווייסע העמעד.. האט מען אים אנגעגאסן דאס העמד און געשפעט.
עס האט נישט לאנג געדויערט, און די יונגלעך האבן פארציילט אינדערהיים אז מ'האט זיי געשלאגן און פארשעמט, און אז דער מלמד שטייט, קוקט צו און שווייגט - און די טאטעס האבן גענומען עקשאן.
איבער 40 קינדער זענען צוגעקומען וועגן די געמיינע מהומות וואס ליפעלע קרויס בשליחת פון יעקב בער האבן איינגעפירט צו רודפ'ן און נאכשרייען אנדערע קינדער.
נעכטן האט א גאנצע באס פון 82 קינדער נאכגעשריגן אנדערע יונגלעך אויף לארימער מיט קולי קולות טריפה'נע ארונים, ימח שמם... און ענליכע עקלהאפטיגע קללות... דורכגייען דרייען זיך אויס און זעען וואס דארט גייט פאר, און יעדער טאטע וואס וויל (נאך) נישט אז זיין קינד אין 82 זאל ווערן א ציגיינער און א נועם המידות יונגעל, ווייסט אז די איינציגסטע רפואה איז ארויסצונעמען די קינדער פון דארט, ווייל ס'איז סם המות.
 |
|
|