בית פורומים כל העולם כולו

אונטערסאנטע ווערטער: האט איינער קאמענטארן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2006 19:24 לינק ישיר 
אונטערסאנטע ווערטער: האט איינער קאמענטארן

ביטע נישט ברענגען אהער זאכן פון אנדערן פארום, א דאנק.

תוקן על ידי - כל_העולם - 10/09/2006 20:28:41



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2006 19:25 לינק ישיר 

איך האב פארגעסן קרעדיט פאר "פינטשיק"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2006 19:40 לינק ישיר 

פעשי טייערער! אנטשולדיגט אבער דאס איז געשריבן סארקאסטיש אויב די ווייסט וואס דאס באדייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2006 20:57 לינק ישיר 

מנהל האסט עס נישט געהאט קיין רעכט צו אויס מעקן
יעדער מעג ברענגען פון א צווייטן פורום אויב ער גוט דעם ריכטיגן קרעדיט.

מ'זעט אז עס האט דיר זייעגער געבאדערט די איינהאלט פון די ווערטער

מיט דיין אויסמעקן האסטו פארלעצט דעם תקנון "הייד פארק"

די אהרונים דא אין פורום קאפירן טאג טעגליך נייעס פון מיר אין חדשות אנ"ש אין די מעקסט עס נישט אויס.

דיין צביעות ווייסט יעדער איינער.

א אפענער בריוו צו די זאלי'ס    

א אפענער בריוו צו די זאלי'ס
איך שטיי דא מן הצד, און קוק זיך צו, צו די גאנצע מחלוקת אין סאטמאר, און וואס א טאג מער, ווער איך שטארקער איבערצייגט, אז איר קענט נעבעך נישט פירן קיין מערכות.
די וועלט זאגט: א מען קען נישט און מען ווייסט נישט, נעמט מען זיך נישט אונטער.
ניין. איר קענט נישט. ווען עס קומט צו פירן מערכות, זענט איר גרין און פעלערדיג, ממש גרויסע בעלי מום!
באמת, וואונדער איך זיך אביסל אויף אייך. שוין זיבן יאר, וואס איר באקומט אומזינסטע קורסן אין דעם פאך, און דאך, האט עטץ זיך נאכנישט געלערנט! ממש פארשטאפטע קעפ!
יא. עטץ האט דריי גרויסע פּראבלעמען, וואס זענען ערנסטע פעלערן, ווען מען וויל פירן א מערכה און געווינען:
1. איר קענט נישט זאגן קיין אפענע שקרים!
2. איר גייט שטענדיג, נאר מיט איין גאנג, און בייגט זיך נישט מיטן ווינט, לויט ווי עס לוינט זיך!
3. איר ווייסט נישט, ווי אזוי צו טעראריזירן.


לאכט נישט, דאס זענען זייער ערנסטע פעלערן ביים פירן מערכות.
לאמיר מפרט זיין איינס נאך איינס:
1. דאס וואס איר קענט נישט זאגן שקרים, און זאגט שטענדיג נאר דעם אמת, איז א גרויסער פּראבלעם. מיר לעבן אין א עולם השקר. דער שקר הערט זיך ליידער בעסער ווי דער אמת, איבערהויפּט ווען מען זאגט עס אזויפיל מאל איבער, ביז דער וואס האט אויסגעטראפן דעם שקר, גלייבט שוין, אז דאס איז דער אמת.
און אין זאגן שקר, דארף מען אויך זיין מומחים. מען דארף אנהייבן מיט די ווערטער: "אלע ווייסן, אז ..." - "עס איז א דבר ידוע, וואס קיינער וועט נישט קענען לייקענען, אז..." - "איך האב געהערט מיט מיינע אייגענע אויערן", "איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן", און אזוי ווייטער (ליינט אין די אהרונישע פורום, וועט איר קענען זען אלע וועגן, ווי מ'מאכט דעם שקר אויסקוקן אלס א אמת). אזוי אויך, בויט מען גאנצע שקרים, אויף א קליינעם אמת. יענער רעדט א ווארט, מאכט מען פון דעם א גאנצע דרשה. וכו' וכו' - און מגזם זיין, וואס דאס איז אויך א חלק פון שקר - אין דעם זענען זיי געוואלדיג. זיי ווייסן וואו צוצולייגן הונדערט, וואו טויזנט, און וואו צען טויזנט.
נעמט א קליינעם ביישפּיל, אויף א געלונגענעם שקר: "מיר האבן אין ירושלים 45%. ווייל אין אונזער ניורסערי, זענען דא 22 קינדער, און אין זייער נערסורי 40-50, קומט אויס, אז מיר האבן 45%" - איי, עס האנדלט זיך נאר פון א נוירסערי (וואס ס'איז אויך א ספק, אויב זיי האבן 22 קינדער, אבער לאמיר זאגן אז ס'איז אמת...) - אבער זיי נעמען שוין דעם קליינעם אמת, און מאכן דערפון א גרויסע גוזמא.


2. די זאלונים גייען נאר אויף איין גאנג. זיי בייגן זיך נישט יעדן מאנטיג און מיטוואך, לויט ווי ס'לוינט זיך. נו, די אהרונים זענען מומחים דערויף. דא טאָר מען נישט גיין צו ערכאות, דא מעג מען. איין היתר בית דין (וואס קיינער ווייסט נישט, ווער די רבנים וואס זענען גע'חתמ'עט דערויף זענען), איז שטארקער ווי צוויי אפענע, פון רועי בקר און באצאלטע רבנים. דא דארף קהל זיין דער קובע און נישט דער רבי, און דארט דארף דער רבי זיין דער קובע און נישט קהל.
זאגט וואס עטץ ווילטס. זיי מאכן עס גוט. א פאקט, אז די וועלט כאפט עס אויף. קיינער, "אויסער די זאלונים", וואס זענען נעבעך גראדע מעכל'ס, ממש גרויסע בעלי מום אין דעם תחום. זיי ווייסן נישט צו דרייען. זיי גייען אלעמאל נאר איין גאנג. ממש א פראבלעם.


3. טעראריזירן, איז א עקסטערע פאך, אין וועלכע איר זענט נאך די מערסטע שוואך. קוקט נאר ווי גוט די אהרונים ארבעטן. זיי ווייסן פּונקטליך, וועלכע רבנים מען קען אונטערקויפן, און ס'לוינט זיך אויך, ווייל זיי זענען גוטע שרייערס, פון וועלכע אנדערע רבנים דערשרעקן זיך (לאמיר נישט דערמאנען נעמען, אבער יעדער ווייסט, פון וועמען מען רעדט). און זיי ווייסן אויך, וועלכע רבנים מען דארף נישט אונטערקויפן. גענוג אז מ'שטעלט אויף זיי א שטארקן דרוק. זיי קענען אויסהאלטן דעם דרוק, וואס קומט צוזאמען מיטן געשריי פון די אונטערגעקויפטע, און ווערן גלייך אונטערגעבראכן צו זייער זייט.


און די עיקר מומחה'שאפט זייערע איז, צו מאכן א קמבינאציע צווישן אלע דריי זאכן. דרוקן צוזאמען מיט שקר, שקר צוזאמען מיט טעראר, דרייען אין אלע זייטן - ווען ס'וואלט געווען אין די וועלט א נובעל-פּרייז אויף יעדע איינע פון די געביטן, וואלטן זיי עס געווינען יאר נאך יאר...


בקיצור, זאלונים. איר זענט נעבעך גרויסע שלימזלעך. און וועגן דעם ראט איך אייך, עטץ זאלט נישט אנהויבן קיין שום מערכה קעגן קיינעם נישט, ווייל עטץ ווייסט נישט וויאזוי עס צופירן, און אפילו עטץ זענטץ הונדערט פּראָצענט גערעכט, קענט איר גרינג דורכפאלן, אין אט דעם עולם השקר.
אויב מ'הייבט אָן א מערכה קעגן אייך, איז שוין עפּעס אנדערש. דא האבן ענק א עקסטעטע סיעתא דשמיא. און די מערכה איבער וויליאמסבורג יוכיח.
אויב ווילט איר יא אנהייבן מערכות, דאן זאלט איר זוכן נאר אזעלכע מענטשן, ווי די אהרונים, וואס זענען מומחים אין דעם. און אויב ס'איז נישטא אזעלכע צווישן אייערע שורות - איז בעסער נישט אנצוהייבן!


און מיט א צווייטע מחשבה...
 אפשר איז טאקע בעסער אזוי... בעסער צו זיין שוטים אגאנץ לעבן אין אויגן פון מענטש, ווי זיין א רשע איין שעה, לפני המקום...





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2006 21:01 לינק ישיר 

  
  כל העולם קוק דעם לינק וועסט זיך איבערצייגן אז איך האב רעכט.

http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2031268

 

chiken

 

לאכטס א גוטס דאס איז פין יוסף90 .

 
עס איז געווען די אינטרעס פון ביידע צדדים (יעדער מיט זיינער אינטרעס) אזדי קעיס זאל פארשפארט ווערן, אונזער צד האט אפילו נאכנישט גענטפערט אויף די פאפירן.

אויף ווייטער וועטזיין סופרייזעס

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2006 21:06 לינק ישיר 

פעשי פארוואס נוצן פעשי און יוסף90 היידפאר נישט מסורת?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2006 21:07 לינק ישיר 

פעשי
איז פינטשיק דיין נייע ניק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 00:49 לינק ישיר 

פאטאקי

וען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן איז דאס א תירוץ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 01:36 לינק ישיר 

ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערען פרעגט מען האסט נישט וואס צו ענטפערען?
איך האב דיר געפרעגט עפעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אונטערסאנטע ווערטער: האט איינער קאמענטארן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext