| נשלח ב-11/9/2006 04:38 |
|
| |
אוי וויי...... רעד ווערטער נא........סיגוט'ע זאל? פיני'ס מיל מארט
ס'איז מיר וויכטיג, איך האב דארט גאנץ אפט געגעסען..............
איך האב טאקע געשפירט אז די פלייש איז נישט אזוי זאלציג 
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 08:43 |
|
| |
ווייסט איינער אפשר אויב עס איז אמת אז MOUNTAIN FRUIT אין מאנטיסעלא האט די יאר פארקויפט פלייש פין שבח /נבילה ?????????????
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 21:40 |
|
| |
וואסא.
100% ראנג !!!
עס איז נישט מעגליך צו זיין א איד לויט דעם טרוקענעם שולחן ערוך, דער שטארקסטער פאקטאר מיט
וואס מען דארף זיך רעכענען איז דער מציאות !
און דא איז יוחי ליידער הונדערט פראצענט גערעכט !
דער פארפרוירענער צוגאנג פון רוב ציבור צו כשרות היינט פירט דורך א שוידער אין די ביינער !
ס'איז ממש אומגלויבליך - ווען מען הייבט אן גריבלען - צו הערן ווי לייכטזיניג דער ציבור איז
צו דעם גאנצן ענין פון כשרות.
לאמיר האפן אז יעצט וועט זיין ווער עס וועט נעמען די זאך אין די הענט, דער ענין ברויך א תיקון
נישט נאר לגבי פלייש (וואס ווער עס קויפט אין א קהל'ישן בוטשער איז מער ווייניגער פארזיכערט
אקעגן דעם פראבלעם, בע"ה), נאר לגבי יעדן איינציגן פראדוקט וואס מען נעמט אין מויל אריין,
וואו, ווען, און וואס מען עסט.
ס'פעלט זיך אויס א געוואלדיגער וויי געשריי וואס זאל אויפציטערן דעם גאנצן יהדות החרדית, פון
איין עק וועלט צו די אנדערע.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 21:43 |
|
| |
guys leave stupidity to a different subject
the packaged sliced stuff, , are all not only b'chezkes kashrus, its totally straight from
the company
the bulk meats and chicken are the main problem,
bcuz every store cuts & packs indvidually
p.s
the S___T didnt hit the fan ............yet
uch in vey
vus s'kimt nuch
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:19 |
|
| |
מצורף קובץלמאי נפקא מינא
מיינע דיעות זענען ווייט פון דיינע אבער איך האב אלעמאל הנאה פון דיינע שארפע תגובות אין דיינע ראבערייען מיט כל מיני ציונים.
אבער די ביסט ליידער א דוגמא פון אזוי פול סאטמארע חסידים וואס זייער ידיעות איבער אנדערע זאכען פון סאטמאר רב בעל ויואל משה איז גאר באשיידען. איך ווייס נישט פארוואס דאס איז אזוי. א געווענליכער חב"ד חסיד ווייסט גאר א סאך מנהגים אין קפידות להלכה פון בעל התניא [איך רעד נישט פון די משוגעים...]
אבער דא רעדט מען דאך פון דעת האדמור ר' יואל אין אלע סאטמארע צייטונגען האבען דערמאנט זיין דעה בין איך אביסל סורפרייזט אויף דיר.
איך וועל דא צוברענגען א חלק פון א תשובה להלכה פון דברי יואל תשו' ל"ד
נישט נאר ס'איז עפעס א חסידות נישט צו עסער בשר אן אן השגחה דער הייליגער רבי איז דאס מוכיח להלכה מיט ריאות ברירות!

|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:24 |
|
| |
מענשטען זיכען דראמאטיש צו מאכן די סחורה איז פון עמפייער טריפה פלייש דער גוי וואס קויפט אפ אלע טריפה פלייש נישט קיין שווארצע מארקעט אדער עפעס מער כל ישראל עריבים און א איד האט א חזקת כשרות ביז א בי"ד הגדול זאגט אנדערש אמת מען איז יעצט דן אנדערע אויך ,אבער ווי עס זעהט אויס איז דערווייל נישטא עפעס א מציאות ביים היימישען ציבור
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:28 |
|
| |
מתעסקים די ביסט בלינד ח"ו
האסטו געליינט וואס שטייט דא פון דברי יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:45 |
|
| |
יזדזע העולם
kinderlech
it gets worse than u all imagined
i dont mean to start a frenzy, w/o givin u facts,
but pretty soon leider leider
its gonna hit home and real hard,
oy riboinoi shel oilum
helf dane kinderlech
yiden wanna be good, in these hard times b'gashmiyus u'brochniyus
we are all spending big money to cover for our trasgressions, , and now this
ppl dont go to resteraunts till all clears up
im beggin u,
also dont buy meat or chicken anywhere in the rtri state, unless its a kehila butcher
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 23:01 |
|
| |
ביטנ נישט מאכן קיין אומזיסע פאניק.
די לאגע איז גענוג אנגעצויגן. ביטע קומען נאר מיט קראנטע באריכטן, אדער אינפארמאטיווע אנאליזן.
נישט אנזייען קיין הוילע לופטיגע שרעק.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 00:10 |
|
| |
יוחי איך זעה אז דו האסט מיר נישט פארשטאנען. ערשטענס, יישר כח פאר מיר דערמאנען די מח' רמב"ם און ראב"ד. איך האב שוין לאנג נישט געזעהן די גמרא. איך בין מסכים אז עסען אין א געשעפט פון איינער וואס זעהט אויס היימיש אן א הכשר איז ליכטזיניג און פאסט נישט פאר א חסידישע איד אדער א י"ש. איך געדענק נישט די תשובה פון רבי'ן זי"ע אבער דאס פארטייט דאך יעדער איינער. אבער אז דו ווילסט רעדען מעיקר הדין, כמעט יעדער וואס האט געלערנט מחוץ לעיר אדער געפאהרען צו א רבי אלץ בחור איז געווען איינגעלאנדענט ביי סתם היימישע אידען פון בית מדרש וואס מ'האט נישט עקסטער געקענט און מ'איז געגאנגען עסען אהין. כך עלמא דבר. יעצט קענסט מיר זאגען אז אלע בחורים זיינען עם הארצים און ס'נישט להלכה אבער מיר קומט אויס פון מנהג ישראל אז א היימישע איד אין בית מדרש הייסט יא א מוחזק בכשרות אפילו לויט'ן רמב"ם. איך וועל עס בל"נ אדורכרעדען מיט א מורה הוראה ביי די נעקסטע געלעגענהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 00:15 |
|
| |
קליינער קאפ,
יש דברים בגו ? אדער די דרייסט סתם א קאפ,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 01:07 |
|
| |
without panic
just dont buy at any restaraunt,
in the grocery dont buy meat, that is not in the original pacaging
a lot of the big comp. like
alle/meal mart
rubashkin
vineland
have prepackaged meats, those and those only u can trust,
i am not playin mind games
do not eat anything anywhere unless u cooked on ur own, and bought at kehila stores,
and/or prepackaged
ps
believe me i dont wanna do this, rumors and hearsay are not my game, im tellin u, and plz
listen
thanks
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 04:04 |
|
| |
צוויי וואכן שמיעסט מען שוין אז רבנים זיצען אין פארשן אויס וואס דא איז פארגעקימען
אפשר קען מיר איינער זאגן ווער זענענן די רבנים??
ווי זיצען די רבנים??
נ.ב. פאר די אלע שרייבערס למיניהם וואס זאגען אז זיי ווייסען פאר קראנט פארשידענע קעטערערס/סטארס וואס האבן מכשיל געווען אידן מיט טריפות, זאלן וויסען אז זיי טראגען א מוראדיגע אחרוית,
ווייל ממה נפשך, אויב ווייסטע אז אידן זענענן אין דערהיים נכשל געווארן מיט טריפות ח"ו, דאן דארפסטע מאכן א ויצעקו אז מען זאל ווי פריער כשר'ן די קיך ווייל די אלע אידן עסן דאך יעדן טאג אין טריפה כלים, אין זיי ווערן נאכאמאל אין נאכאמאל נכשל אין אויב שרייבסטע ליגענט, דאן ביסטע א מוציא שם רע אויף אידן, וואס דאכט זיך אז די זענענן אין כלל פין אין לו חלק לעוה"ב
מימלא די בעסטע זאך איז צי וויסען פאר מען שרייבט אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן 100% פרצענט
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2006 22:05 |
|
| |
דער ניק "לחייםאידן" האט געשריבען אין חדשות אנש {המקורית} זייער א גיטע פוינט
באמת מיינט די גאנצע מכשול מער די רבנים המכשירים ווי סתם אידן, ד רבנים המכשירים עכ"פ די פאר היימישע זיכער וואלאווע, בארטעור, התאחדות, בד"צ קר"י,ב. גרובער, זיי זענענן די וואס דארפן יעצט מאכן א טיפע התבוננות, ווי דער מצב הכשרות האלט ביי זיי אליינס
וויפיל גיטע זאכען אין הכשרות איז שוין בטל געווארן צוליב קאמפאטישען,?? וויפיל וויכטיגע אינפערמאציע גייט לאיבוד צוליב קאמפאטישען?? ווייל מען רעדט נישט געהעריג איינער צום צווייטען צוליב קאמפאטישען! וויפיל וואלט מען ווען געקענט מתקן זיין ווען עס איז ווען דא א גרעסערע מיטארבייט איינער מיטן צווייטען?? ווי האלט באמת די מצב הכשרות? זאכען וואס מען דערציילט נישט אין גאס??
די פינף רבנים צווישן זיך דארפן זיך ווען ציזאםזעצען, אין איין צימער, אן קיין בילדער, אן זייערע גבאים אין אינטערפירער, אין אנהייבען צי רעדן צווישן זיך מאמע לשון, אויסטוישן אינפערמאציע, מאכען א סיטעם ווי אזוי מען גייט ארבייטען אינאיינעם אויף להבא אז אזעלכע זאל נישט מער נישט פארקימען, נעמען עצות איינער פין צווייטען אין אנזאגען זייערע גבאים אויפציהערן מיט די נערישע קאמפיטישען צווישן די הכשירים קאמפאניס
סוכ"ס זענענן מיר די וואס צאלן טייער געלט פאר א הכשר אין די רבנים זענענן די וואס באקימען עס, ווען מיר עסן סיי וועלכע עסן, עסן מיר דאס על דעת פלוני אז דא איז כשר, זיי די רבנים זאלן זען אז עס זאל טאקע זיין כשר, נישט מיר דארפן דאס זען
מען וואלט געדארפט טיען מיט די בעלי הכשירים, דאס וואס מען האט להבדיל געטיען מיט FBI אין די CIA נאך די SEPT 11 אטאקעס, אויפברעכען די ווענט צווישן זיי, שטעלן צוויי דריי עסקנים/רבנים אין טאפ פין אלע בעלי מכשירים זען אז אלעס זאל קלאפעם
א הכשר איז נישט קיין ביזנעס, עס איז רוחניות, עס איז א אחרוית, אלמלא אז סיסטעם וואלט געווען ביז יעצט, וואלט אזא זאך נישט געקענט פארקימען
 |
|
|
|
|
|