דער לויער פון "חברת קרית יואל בע"מ" האט שוין געמאלדן זונטאג פאר משה חיים ווייס לויער אז זיי זענען מסכים צו איינפרירן די געריכטליכע פראצעדורן ביזן נאכן בוררות. אין דערמיט האט חברת קרית יואל מקיים געווען די בקשה פון ביד"צ העדה החרדית.
דאקעגן משה חיים ווייס האט נאכנישט צוריק געצויגן פון זיינע מסירות פון "רשם החברות", און אויך האט ער נישט צוריק געצויגן פון זיין פארלאנג צו טוישן דעם פראצעדור פון א "דעקלערעישאן" פארלאנג צו א נארמאלע קלאגע.
נשלח ב-11/9/2006 23:40
פארוואס מעלדן זיי נישט פארן "קאורט" אז זיי זענען מסכים איינצופרירן, נאר פארן לויער?
און איך פארשטיי אז דו ביסט אנגעזעצט ווען דיין צודרייטע בלאף וועגן "רשם החברות" האט געפלאצט
אין ענקער פרצוף, און די גאנצע וועלט זעט שוין ענקערע נארישע ליגענטס און פעלשערייען, אבער
אדרבא, איך קען באשטיין צו מאכן דעס פאר די סימן:
לאמיר זען וואס ר' יצחק טובי' וועט זאגן פאר משה חיים ווייס פאר זיין "נישט ארויסגיין" פון
רשם החברות...
דעמאלץ וועט מען זען וואס ליגט אונטער דיין ליגענט...
נשלח ב-11/9/2006 23:47
מבני בניו של המן הרשע דער פראצעדור אין "מדינת ישראל" געריכט, גייט אז ווען איינער דארף ענטפערן אין געריכט, אין ער וויל מאכן א "סטעפעלעישאן" דארף ער ערצייגן פאר'ן געריכט אן הסכמה פון אלע ביידע צדדים, אין דאס וואס "חברת קרית יואל בע"מ" האט צוגעשטעלט.
נשלח ב-11/9/2006 23:50
די פאלגענדע קלאגע אין געריכט צו טוישן דעם פראצעדור פון א "דעקלערעישאן" פארלאנג צו א נארמאלע קלאגע, האט "עמותת מוסדות סאטמאר" אין שפיץ פון משה חיים ווייס איינגעגעבן אינעם זעלבן טאג וואס דער ביד"צ העדה החרדית האט פארעפענטליכט איר בריוו, אין ביז היינט צו טאג האבן זיי נישט צוריק געצויגן דערפון.