אבער נישט פארגעסן דאס איז אלעס ווייל די זאליס פרייען זיך זייער שטארק אז זיי זענען "פטור" געווארן פון אונז, אומגלויבליך וואס א מענטש קען אלס טוהן פאר פרייד,
ביז היינט האט מען געוויסט אז פאר כעס ציברעכט א מענטש זאכן, שובר כלי בחמתו, אבער אז פאר "פרייד" ציברעכט מען אויך זאכן דאס איז שוין א חידוש פונעם נועם הארץ פינעם יאר הינדרעט,
אין ווילי שיקט מען אינספעקטארס ביי די מוסדות הק., ביי די ביהמ"ד הגדול, אין ק"י ציברעכט מען די סוכות, ממש די "פרייד אין שמחה" גייט שוין ארויס פון אלע גרעניצען, ווער ווייסט וואס זייער פלאן איז נעקסט, קוקט אויס אז עס איז שוין משיח'ס צייטן, ווי די גמרא פארציילט וועלן די אומות העולם ציברעכן די סוכות …
עס איז זייער פאסיג דאס ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט אופן פסוק אין קהלת "ולשמחה מה זו עושה" , ולשמחה, אז די ווילסט וויסן צי דער מענטש איז באמת בשמחה, מה זו עושה, קוק וואס ער טוט ווען ער איז בשמחה, וועסטו קענען אפשאצן צי ער איז טאקע בשמחה צי ער זאגט נאר אזוי.
נעבעך פארביטערטע זאליקאס, פארשימעלטע פראדעלזאהן, עטץ ווייזט אונז יעדן טאג ווי באמת בשמחה עטץ זענטס, יא יא טעראר דאס איז ענקער מיטעל אלעמאל געווען אין יעצט גייטס עטץ אן ווייטער דערמיט, אבער איין זאך קען איך ענק זאגען "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ" איך פארשטיי מר. פראדעלזאהן, האסט געוואלט זיין דער מושל בקופה, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט, אונז סאטמארע חסידים וועסטו מיט דיין טעראריסטישע קליקע אין מעטאדן קיינמאל נישט קענען אינטערברענגן, די אלע שוועריקייטן וואס די מאכסט אונז אן וועט מען בעזהי"ת איבערקומען, מלכות סאטמאר וועט ווייטער וואקסן אין בליען אינטער די נשיאות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אין לאורו ניסע ונלך עד ביאת הגואל ב"ב, אין די מיט דיין נועם הארץ אין דיין גאנצע קליקע וועלן בלייבן לחרפון ולדראון עולם..
המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.
 |
|
|