איך האב מיך איבערצייגט אז דער טיפישער זאלי האלט אז אן אהרוני האט נישט קיין זכות קיום, זיי טארן נישט אטעמען אויף דעם וועלט, און יעצט שווימט עס ארויף ווי בוימאייל אויפן וואסער.
סיז מבהיל אל הרעין, וואס דא גייט פאר, סיז זיי געלונגען צו צי'גנב'ענען פון אונז אונזערע אלע נכסים, מ'זעמיר געבליבן אן א דאך אויפן קאפ. פיינעלי, מ'טייל מיר זיך אפ פון זיי, מ'עפען מיר אויף אייגנס, זיי זאגן גאר אז זיי פרייען זיך.
עס דארט נישט צו לאנג און זיי טיילן אונז אויס צרות צרירות אויף יעדן טריט און שריט. יעדער בנין האט געהאט אינספעקטארס כאטש 5 מאל, קיין גוזמא, ממש UNBELEIVABLE!!!
איך לשעצמי בין בכלל נישט באזארגט אז די אלע מסירות וועלן האבן די מינדעסטע השפעות, מיר וועלן זיי איבערלעבן, עס איז נאך קיינער און ערגעץ אנגעקומען מיט שלאגן, אונז וועל מיר קיינמאל נישט מיד ווערן פון בויען, און זיי וועלן זייער שנעל מיד ווערן פון שלאגן.
די פראגע איז נאר WHATS BOTHERING THEM NOW? וואס ווילסטו יעצט? האסטעך שוין אויסגעפירט וואס דו האסט געוואלט, די גניבה איז דיר געלונגען, די נקמה קעגן אונזער רבי'ן ז"ל הכ"מ ומשפחתו הנכבדה איז דיר געלונגען, וואס ביסטו נאך אלס אזוי גערעגט?
אלא מאי, בע"כ מוז מיר זאגן אז דאס וואס זיי האבן געוואלט איז זיי גארנישט געלונגען, לא מינהו ולא מקצתו, די מתנגדים האבן געהאט זייער א לאגישן פלאן און חלום. דהיינו, מ'גייט ציגנב'ענען אלע בנינים פון סאטמאר, סאטמאר וועט בלייבן אן בתי מדרשים, אן מוסדות, נאקעט אויפן גאס, מ'וועט זעצין אויפן שטול עפעס אבי ווער, אבי נישט דעם רבי'ן, סאטמאר וועט בע"כ צאמלייגן פעק, אינטערברעכן, מקבל עול זיין פון די מתנגדים, עכ"פ אפי' ווען סאטמאר זאל יא וועלן בויען פון דאסניי, איז דאך נישט מעגליך צו ערזעצן א זאך וואס שטייט 60 יאר, עס דארף געדאורן לכה"פ 5 יאר.
פלוצלינג UH OH! עפעס שטימט דא נישט, אונז האמיר דאך זיי שוין גע'שחטן, וואס גייט דא פאר? וואס נאך קען מיר דען טאן זיי צו ארלעדיגן? ס'ארבעט עפעס נישט, דא אונטער 2 חדשים איז דא פערטיגע מוסדות אלע עידשעס, בייסן אראפ 40% פון זייער מוסדות, דא און 2 וואכן שטייט א שטארקע נייע בנין גרעסער פון ראדני, דאס מיינט אויב מ'גייט ווייטער אן מיט דעם טעמפא, ביז א פאר יאר שטייג מיר זיי איבער כפל כפלים און קיינער וועט מיטאמאל באמערקן אז זיי האבן אונז בא'גנבעט. די גאנצע וועלט ווי מ'שטייט ווי מ'גייט יעדער רעדט און שטוינט פון די מעכטיגע אפאראט וואס סאטמאר בויט מיט ממש ניסים גלוים בזכותו של אותו זקן וצדיק רבינו משה בן חיים צבי זצוק"ל.
טייערע זאליס, אויב ענקער ציל איז געווען אונז צו אפווישן, און ערקלערן וויליאמסבורג אלס די קאפי-רייט פון די מתנגדים, YOU FAILED MISURABLY, יא עטס האטס אונז גוט אנגעשלאגן אבער מיר וועלן זיך באנדאזשירן די וואונדן זיך אויפהייבן פון דער ערד, אין NO TIME ווייטער שטיין במלא הדרו כימי קדם.
תוקן על ידי - מקוה_איד - 15/09/2006 1:12:46
 |
|
|