הערליכע הכנסת ס"ת אין ב"פ מיט רבינו שליט"א
יעצט געענדיגט די הערליכע הכנסת ס"ת אין גרויסן ביהמ"ד אין בארא פארק דורך הרבני הנגיד ר'
חיים יודל לעפקאוויטש ני"ו.
טראץ וואס עס איז נישט געווען די מינדסטע פראפאגאנדע, איז זיך צוזאמגעקומען א ריזן ציבור
לכבודה של תורה, ובפרט פון דעם חשוב'ן בעל שמחה. ווי אויך צוליב די השתתפות פון כ"ק רבינו
שליט"א וואס האט ספאנטאן געברענגט א ריזן ציבור פון סאטמארע חסידים אין ב"פ.
עס זענען געווען גאר געהויבענע ריקודין של מצוה, ספעציעל ווען כ"ק רבינו שליט"א האט געטאנצן
מיט די ס"ת און דער גאנצער ביהמ"ד האט מיטגעקאכט מיטן רבי'ן שליט"א (אינעווייניג אין ביהמ"ד
איז ספעציעל נישט געווען קיין מוזיק, צוליב די השתתפות פון רבינו שליט"א, עס איז נאר געווען
דראמער'ס און זינגער'ס).
עס איז געווען א שטארק התרגשות'דיגער מעמד.
|
|