שיינע באזוך פון הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א אין ת"ת.
א הערליכע באזוך פון הגה"צ וויליאמסבורגער רב שליט"א איז היינט פארגעקימען אונעם תלמוד תורה וואס איז סטאנצירט אויף צייטווייליג אונעם ראוז קעסעל בנין,
די רב שליט"א איז אנגעקימען דארט צום דאווענען ווי ער האט מיטגעדאווענט מיט די אלע קינדער פין די כיתות ו' ז' ח' און ט', עס איז געווען א שטארקע התעוררות ביי די קינדער,
דערנאך איז פארגעקימען א דרשה פאר די תלמידי התלמוד תורה ווי די רב שליט"א האט ארימגערעדט איבער גרויסען טאג ראש השנה הבעל"ט, אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט עטליכע וויכטיגע פונקטען וואס א סאטמאר'ער אינגעל דארך צו וויסן,
נאך האט די דרשה האט יעדע אינגעל באקימען א מתנה פון רב שליט"א, די ספר ברך משה על המועדים וואס איז נארוואס ארויסגעקימען פון דרוק.
|
|