| נשלח ב-27/9/2006 14:59 |
|
| |
פארוואס זענען די סיגעטע אזוי אנגעזעצט?
ווען איך פאל אריין אין די סיגעטער פארום די לעצטע פאר טעג זייט די הערליכע יו"ט וואס אונז האבן געהאט, און וועלכע סיגעטער איך טרעף אויף די גאס, זענען זיי עפעס מוראדיג אנגעזעצט פון די מוראדיג געלונגענע יו"ט וואס סאטמאר האט געהאט.
איינער שרייט אז ביים פויבסט אדער די יענקיס איז דא מער מענטשן (אפילו קיין להבדיל האב איך נישט געטראפן), איינער זאגט אז סאיז געווען נאר 500 מענטשן, איינער זאגט אז סאיז געווען א דורכפאל ווייל די רבי האט נישט שיין געדאוונט, און נאך א זאק מיט א הויפן תירוצים פארוואס אונז האבן נישט געהאט קיין שיינע יו"ט. אבער איך קען נישט פארשטיין, האט טאקע סאטמאר נישט קיין זכות קיום? האבן זיי זיך איינגערעדט אז אונז גייען זיך הארגענען ווייל זיי האבן געגאנבעט ראדני, און אונז גייען פארשוואונדן ווערן פון די מאפע? יעצט האבן אונז זיי שוין צורו געלאזט, אונז האבן געמאכט אליינס א שול פאר אונזערע מענטשן, איז די שול געווען גרעסער ווי ראדני, איז וואס? לעבן זיי טאקע אין אזא עולם הדמיון אז אונז האבן נישט קיין מענטשן?
איך קען עס באמת נישט פארשטיין!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2006 18:04 |
|
| |
יא ! די סיגוטער זענען זייער אנ-געזעצט זענען געבליבן אן קיין זיצן זיי האבן אלעס פארקויפט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2006 17:38 |
|
| |
ס'איז זייער סימפל פארוואס זיי זענען אנגעזעצט. לויט פראדלזאן און ליפי קרויס האט שוין דער סאטמארער רבי געדארפט היינט וואוינען אין מאנסי, און שטיין ביי טיר יעדע נאכט ווארטן אויף א צענטן צו מעריב. ס'איז בכלל נישט קיין סוד אז 90 פראצענט פון די סיגוטע אינטערסירט נישט גארנישט, נאר אז סאטמאר זאל אפגעווישט ווערן פון די מאפע, דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס זיי זענען געלאפן צום סיגוטער, און אויב ער קען עס זיי נישט דעליווערן לאזן זיי אים איבער אליין אויפן שלאכטפעלד. זיי האבן געהאפט כאטש אזויפיל אז ס'וועט נעמען אפאר יאר ביז סאטמאר וועט זיך קענען צאמנעמען אין וויליאמסבורג, און אינצווישן וועט ער פארפעסטיגן זיין באזע, סיי אין די קהילה און סיי אין די מוסדות, און אזוי וועט סאטמאר פארלירן די מאמענטום און בלייבן אויסגעשפילט אפילו ווען זיי וועלן שוין יא האבן א קהילה מיט מוסדות. למעשה האט דער אייבערשטער געהאט אנדערע פלענער... און יעצט - קוים עטליכע חדשים פון די רע-ארגאניזירונג פון די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג - פארמאגט שוין סאטמאר דעם גרעסטן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, און דעם צווייט גרעסטן מוסד, מארשירנדיג צוריק צו זייער אמאליגן סטאטוס צו זיין "די שענסטע און גרעסטע קהילה אין דער וועלט"!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2006 21:36 |
|
| |
סאיז שוין דורך באלד א וואך פון די הערליכע יו"ט, און די איינציגע זאך וואס מהערט פון זיי פון
דעמאלץ ביז יעצט איז נאר שעלטן שעלטן און שעלטן.
איינער דא האט שוין געזען די איד? וואס זאגט ער?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2006 06:32 |
|
| |
ווארהייט פאר אינטערעסאנטקייט ווער איז די ערשטע גרעסטע מוסד אין וויליאמסבורג?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2006 19:07 |
|
| |
אינטרסאנטע טיפוש פארדריי נישט די אשקול ביטע
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2006 20:21 |
|
| |
טאראלאלא
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2006 21:02 |
|
| |
פארוואס זיי שעלטן? זייער פשוט, זיי האבן דערלייגט גאנצע עשרת אלפים דאלאר, נו, אפילו ביי די רייכע זאלונים גייט דאס נישט צופיס, ומעשה שהי' כך הי' פאר א יאר א טאג נאך יום טוב זענען די קלוגע זאלונים ארויף צו די באארד אף עדיוקיישן און געזאגט אז זיי ווילן דינגען די הויף פון PS16 פאר די צווייטע טעג סוכות פאר די קומענדיגע 5 יאר, און כך הוה, מען האט געשריבן א קאנטראקט אויף די קומענדיגע 5 יאר פונקטליך ווען עס געפאלט די צווייטע טעג סוכות, און געגעבן א דעפאזיט 10,000.00 דאלאר, און מען האט גיט אויסגעשפילט די אהרונים, מען ווארט שוין קוים א גאנץ קיילעכיג יאר, אז די אהרונים זאלן גיין פרובירן צו דינגען דאס פלאץ, און זעהן אז זיי האבן נעבעך נישט ווי צו פראווען די הקפות, מען ווארט, מען ווארט, אט אט איז שוין נאכן זומער, די אהרונים וועלן כאפן דעם פליק, און פלוצלינג אאאפפפססס, א נייער גרויסער בנין האט פלוצלינג ארויס געשפראצט אין וויליאמסבורג, א פיל גרסערער בנין ווי זיי האבן אין ראדני על אפם וחמתם פון די זאלונימלעך, זיי האבן זיך שוין גערישט אויף א ריזיגן נצחון, און דא אזא פינסטערער דורעכפאל, די אהרונים האבן א מעכטיגן בנין, און די זאלונים האבן דעם טייערן קאנטראקט, און דאס איז די הויפט סיבה פארוואס זיי שעלטן אזוי.
 |
|
|
|
|
|