בית פורומים כל העולם כולו

הודו לה' כי טוב!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/9/2006 00:35 לינק ישיר 
הודו לה' כי טוב!

 הודו לה' כי טוב

יעצט אין די הייליגע טעג האב איך אריינגעטראכט ווי גוט דער באשעפער איז געווען צו אונז אז ער האט אפגעטיילט די וואס ליידן אויף זאלוני פון אונז.

איז דאנק איך און לויב דער בורא עולם:
אז איך האב זוכה געווען צו א רבי וואס זיין גרויסקייט ווערט געמאסטן לויט זיין פערזענליכע עבודת השם, ערליכקייט און מידות און נישט לויט די חסרונות פון זיין קונקורענץ.

א
ז איך בין זוכה צו דאווענען אין א שול וואס איז נקי מחשש גזילה, וואס ווי בעוויסט האט רבינו ז"ל בעל דברי יואל געזאגט אז א חפץ של צדיק וואס מ'האט בגניבה פארלירט די חשיבות, ער האט עס געזאגט אויף א שטעקן פון איינע פון די בעלזא רבי'ס, אויך שטייט אין ספר הישר איז ווען מ'דאווענט אין א ביהמ"ד בגזילה ווערן נישט די תפילות נתקבל רח"ל.

אז דער צד שכנגד האט נישט געהאט די ביסל שכל און עכ"פ נישט ארויסווייזן פאר די וועלט ווי זיי שפירן די היץ וואו אונז בוי מיר פונדאסניי אין וומ"ס מיט א שנעלן אימפעט, און ווי נעראנים געהאלטן אין איין רופן די DOB צו אלע אונזערע בנינים און דערנאך איז נתגלה קלונם לעיני העולם אויפן DOB וועבזייט.

ועל כולם אז דער רבי זצ'ל האט ממנה געווען ווער זאל אונז פירן און "אל אף" פון די גוים און קאורטס וואס האבן  ממנה געווען אין מחליט געווען אן אנדערן מנהיג פון אונזער הייליגע קהילה, האבן אלע תלמידיו הנאמנים זיך אנגעשלאסן מיט אונזער רבי'ן - און מיט דעם האמיר אויסגעשריגן קבל עם - אז מיר זענען אנדערש ווי אונזער קעגנער וואס ווען נישט ער געווינט אין קארט וואלטן זיינע אלע אנהעגער זיך צולאפן...

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2006 03:04 לינק ישיר 

יא גערעכט, אסאך מאל ווען איך זאג דעם ברוך הוא אלקינו טראכט איך אז דער "וחיי עולם" גייט ארויף אויף דעם אז אונז האב מיר די זכי' צו האבן אזא רבין וואס געט אונז אריין חיי נצחי מיט די פלאפייערדיגע דרשות הייליגע תורות און תפילות, און לעכטיגע טישן, אזא "שלום עליכם" ווי זעהט מען דאס, עס איז נישט קיין חילוק וויפול עס זענען דא ביים טיש, וכו' וכו' מיר דארפן טאקע מיט רעכט דאנקן דעם בוכ"כ

שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הודו לה' כי טוב!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext