גרעסטע שבת שובה דרשה אין סאטמאר בית המדרש
שאק שאק שאק
מענטשן זענען באמת אין שאק, און קענען זיך נישט צוזיך קומען, פון דעם הערליכן שבת וואס איז אריבער דא אין וויליאמסבורג.
די מענטשן וואס האבן זיך איינגערעדט אז דער פראבלעם איז נאר געווען ראש השנה זענען געווען שרעקליך סורפרייזד אז מען האט זיך ממש נישט געקענט רירן אינעם נייעם בית המדרש דעם שבת, א רעגולער שבת אין וויליאמסבורג.
ווי ס'קוקט אויס וועט מען מוזן בויען א נייעם שוהל אימידיעטלי, נישט נאר פאר שמחת תורה, נאר פאר א גאנץ יאר.
היינט נאכמיטאג האט דער רב שליט"א געהאלטן זיין דרשה און ס'איז געווען געשטאפט, ממש זיך נישט צום רירן. דער רב שליט"א האט געהאט דעם גרעסטן שבת שובה דרשה אין די שטאט.
פארפאלן, קיינער קען נישט קאמפיטן מיט די סייעתא דשמיא וואס אונזער קהלה האט.
|
|