בית פורומים כל העולם כולו

נעפיו (פלימעניק) באזיגט דעם פעטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/10/2006 07:26 לינק ישיר 
נעפיו (פלימעניק) באזיגט דעם פעטער

וויליאמסבורגער אידן האבן געשטוינט און נישט געגלייבט וואס זייערע אויגן זעען. כאטש דער רבי שליט"א איז שוין צוריקגעפארן אהיים לנוות ביתו און האט געפראוועט דעם יום כיפור אין זיין אייגן שטאט, דאך האט דער צענטראלער סאטמארער בית המדרש פארמאגט דעם גרעסטן ציבור אידן אין גאנץ וויליאמסבורג.

טראץ דער ריזיגער עולם וואס איז געפארן מיטהאלטן דעם יום הקדוש אין קרית יואל, דאך איז דער בית המדרש הגדול ד'סאטמאר געווען איבערגעשטאפט.

דער נעפיו (דער רב שליט"א) האט באזיגט דעם פעטער (דער סיגעטער) האבנדיג פיל מער מענטשן ווי דעם סיגעטער, אין דעם סיגעטער'ס שטאט.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/10/2006 07:31 לינק ישיר 

זאליס וואס זענען אריבערגעקומען צום בית המדרש הגדול האבן נישט געגלייבט וואס זייערע אויגן זעען. "מיט אים דארף מען זיך שוין אויך פארמעסטן?"

דער רב שליט"א האט אראפגעלייגט א מורא'דיגע עבודה. ס'זענען געווען בכיות נוראות ביי די ווארימע דרשת כל נדרי וואס דער רב האט געגעבן מיט ווערטער וועלכע האבן צובראכן די פארהארטעוועסטע הערצער.

דער טעם פון דעם יום כיפור וועט פארבלייבן פאר א לאנגע צייט ביי אלע אידן וואס זענען דארט געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/10/2006 07:35 לינק ישיר 

מבני_בניו:

א מוראדיג שיינע יו"כ געווען אין גרויסע סאטמארע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, די רב האט
אראפגעלייגט א מוראדיגע ארבעט, סיי ביי די דרשה ווען אלטע 70 יעריגע אידן האבן זיך נישט
געשעמט מיטוויינענדיג הויעך אויפן קול, די גאנצע ביהמ"ד איז געווען בכיות. און אויך ביי די
תפילות כל נדרי מוסף און נעילה.
די ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט פונקט ווי ר"ה, און ביי כל נדרי איז נישט געווען מעגליך צו
טרעפן קיין איין ליידיגע זיץ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נעפיו (פלימעניק) באזיגט דעם פעטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext