אכזריות: די ביטערע וויי געשריי פון הרבנית הצדיקת תליט"א
שרעקליכע רציחה ואכזריות אין די ימי עשרת ימי תשובה!!!
תלמידי וחסידי סאטמאר זענען נאך דערשיטערט פון די שרעקליכע רציחה ואכזריות וואס איז פארגעקומען אין די פארלאפענעם עשרת ימי תשובה.
כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א האט געשיקט א שליח מיוחד צו זיין ברודער ר זלמן לייב אז ער זאל אים אריינלאזן וואונטשען א גוט יאר פאר זיין צובראכענע מאמע די אלמנה הרבנית הצדיקת תליט"א, די ערשטע שליח האט מען געשיקט מאנטאג, ר' זלמן לייב האט געזאגט אז ער וועט טראכטן און ער וועט שוין ענטפערן, ווען מען האט געזעהן אז ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג, האט מען מיטוואך געשיקט די צווייטע שליחות צו ר' זלמן לייב אז די רבי שליט"א איז היינט דא די לעצטע טאג אין ווילי פאר יום הקדוש בעט ער אים אז ער זאל אים לאזן באזיכן די צובראכענע מאמע און איר וואונשטען א גוט געבענטש יאר!
דער שליח האט נאך צוגעלייגט אז די רבי שליט"א האט נאך קיינמאל נישט פארפעלט צו וואונשטען א גוט יאר פאר זיין מאמע תליט"א, און אז ער וועט אים נישט לאזן היי יאר וואונטשען וועט עס זיין די ערשטע יאר וואס די רבי שליט"א וועט נישט קענען וואונטשען פאר זיין מאמע א גוט יאר.
ווי יעדער וואלט פארשטאנען אין די הייליגע טעג וואס אפילו די נידריגסטע איד זיכט זיך זכותים, און אפילו די נידריגעסטע איד וואלט געלאזט זיין ברודער קומען וואונטשען די צובראכענע מאמע די אלמנה א גוט יאר, אבער ביי דעם שטריק און אכזר איז אנדערש.
ר' זלמן לייב האט געזאגט זאג פאר מיין ברודער אז ער זאל נישט קומען ווייל איך וועל אים נישט אריינלאזן, אז ער וועט מיר צוריק געבן די הויז פון מיין טאטע און מאמע אין קרית יואל וועל איך אים אריינלאזן אז נישט וועט ער נישט דא אריינטרעטען!
שומו שמים!!!
די רציחה און אכזריות שרייט עד לב השמים, יעדער איד דארף צושוידערט ווערן פון די געמיינע אקט!
און דאס איז שוין נאכדעם וואס ר' זלמן לייב און די ביסטריץ מחוצפת חי' שרה האבן אריינגעפאקט הרבנית הצדיקת תליט"א אין בעסמענט פארשטיפט, און א נידריגע צושטאנד, און לאזן קיינעם נישט אריין צו איר נאר די פוילשע גויטע מיט די מרשעת הערשקאוויטש.
אזוי האט חי' שרה געזאגט: מיין שוויגער פלעגט מיך נישט וועלן קענען זי פלעגט זאגן אז איך בין א מחוצפת, שמאכטן אין בעסמענט זאל זי און יעצט זאל זי זאגן דארט וואס זי וויל.
****
הגה"צ רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א האט זיך פאריגע וואך אריינגעכאפט אין בעסמענט אין באזיכט זיין צובראכענע מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א, ר' שלום אליזער האט איר געטראפן אליין מיט די פוילישע גויטע, ער האט זיך ציוויינט פון די שרעקליכע נידריגע צושטאנד אין וואס זיין הייליגע מאמע ווערט געהאלטען, אינדערמיט איז אנגעקומען די מרשעת און מחוצפת האכזרי הערשקאוויטש (אשת ר' בנימין זאב), און אנגעהויבען מיט איר טריפה'נע פיסק צו באפאלען ר' שלום אליעזר, שלום אליעזר גיי ארויף מיט א קוויטל צו דיין ברודער די רבי, דיין מאמע וועט הנאה האבן, ער איז נישט אזוי גוט ווי דיין ברודער אהרלע.
הגה"צ רבי שלום אליעזר האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פון די מרשעת שר"י, און ער איז ווייטער געזיצען דארט און ארויסגענימען א תהלים מתפלל צו זיין פאר זיין מאמע, אזוי ווי זי האט געזעהן אז ער גייט נישט, האט זי זיך ווידער צועפענט איר געמיינע פיסק און אים אנגעהויבען צו באגיסן: קוק דיין מאמע וויל נישט עפענען די אויגן פאר דיר, דיין מאמע וויל דיך נישט זעהן, דיין מאמע וויל די זאלסט אוועק גיין, רבי שלום אליעזר נישט קענען אויסהאלטען די צער האט זיך אויפגעהויבען און אוועק פון דארט, ווען די מרשעת גייט אים נאך אין שרייט ווייטער אירע געמיינע אויסדריקען.
כלל ישראל און אנשי שלומינו בפרט ווערן געבעטן איינצורייסן פאר די הייליגע רעביצען די צובראכענע אלמנה הרבנית הצדיקת פעסל לאה תליט"א אז דער אייבישטער זאל שוין הערן איר ביטערע וויי געשריי פון די צובראכנע אלמנה, און איר מציל זיין פון איר תפיסה וואס זי ווערט געהאלטען דורך די כנופיא פון די געמיינע רשעים רוצחים אכזרים הערשקאוויטש, ר' זלמן לייב, פולישע גויטע, חי' שרה וכו'.
הגה: איך האב נישט געוואלט שרייבן איבער די אכזריות און רציחה אין די עשרת ימי תשובה ווייל איך האב נישט געוואלט מעורר זיין דין אין די טעג.
 |
|
|