די קהלה אין וומסב"ג גייט אי"ה אויפבויען א ריזיגע סוכה פון 6 טויזענט סקוער פוס אונעם הויף פונעם נייעם תלמוד תורה בנין, אויף פען סט. קאר. ווייט עוו.
די פען סט. גאס (צווישן קענט און ווייט) וועט ווערן גענצליך אפגעשפארט, ווייל די סוכה נעמט אויף די גאנצע ברייט פונעם גאס,
לויט ווי עס ווערט געמאלדען אין "דער בלאט" וועט רבינו שליט"א דארט פירן שלחנו הטהור ביי אישפוזא דמשה, און מסטמא אויך די געזעגענען פון די סוכה אין שמחת תורה.
|
|