בית פורומים כל העולם כולו

טענטער מחלל שבת ויו"ט בפרהסיא אין וויליאמסבורג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/10/2006 21:56 לינק ישיר 
טענטער מחלל שבת ויו"ט בפרהסיא אין וויליאמסבורג!

דעם שבת זענען ערליכע אידן אין גאנץ וויליאמסבורג געווארן צושוידערט פון די געפערליכע פירצה ווען די טענטער האבן געבויט זייער סוכה אום שבת!!!!!!! רחמנא ליצלן, אן קיין שום בושה!!!!!!!! מהאט דארט געבויט ווענט, געזעגן האלץ, און נאך מלאכות דאורייתא וואס די גויים האבן געטון בריש גלי, אן קיין שום פראבלעם!!!!!!!!! ווען א גרופע ערליכע אידן אין שפיץ פונעם בעל מסירות נפש ר מאיר הערש גרינבוים שליטא זענען דארט אנגעקומען מוחה זיין, הא ט די לץ און משכיל שמואל ווידער זיי מקבל פנים געווען און זיי פארטריבן מיט זיין פוסטע ביליגע ליצנות!!!!!!!!!!! שומו שמים!!!!!!!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2006 00:27 לינק ישיר 

yones69 שרעקליכע חילול שבת ויו"ט: ציגל געלייגט די זאליס האבן בריש גלי מחלל געווען דעם שבת קודש ויו"ט ווען זיי האבן פארענדיגט לייגן פרייטאג ערב סוכות ציגל 2 שעה נאכן זמן ביז 8:30 אין פראנט פונעם נייעם ביהמ"ד אויף ווילסאן עוו. ווען די עסקנים האבן פארגעהאלטען אויפען חילול שבת ויו"ט האבן זיי גענטפערט ווי זיי ענטפערן אלס ווען זיי טיען אפ זאכן קעגן די הלכה, אז די דיין פריעדמאן האט זיי מתיר געווען. אויך האבן זיי געמאכט חילול יו"ט וחול המועד ווען זיי האבן די נאכט געארבעט און ארויפגעלייגט סיינס אויף ר' זלמן לייב'ס הויז לכבוד זיין חתונה, אויך ארבעטן יעצט זאלי בחורים אינעם נייעם ביהמ"ד אויף ווילסאן און מאכן סיינס און קרוינען פאר זיין חתונה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2006 01:21 לינק ישיר 

אנטוורפן
די שרייבסט אויף היידפארק???
ווי איז דיין פקודתו שמרה רוחי?
חחח
ליגענט לאזט דער רבי יא שרייבן...
אדער ביסטו אן ארוני גאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2006 08:57 לינק ישיר 

פון דער מנהל: איך קען נישט דן זיין ווער עס זוגט אמת און ווער עס זוגט ליגנט, אבער א מעשה וואס קוקט אויס אזוי נער'יש און לייגט זיך נישט אויפן שכל וועל איך תיכף אפ מעקען

תוקן על ידי - פשטידא - 10/10/2006 17:13:25



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2006 07:48 לינק ישיר 

די פארוקטער גרינבוים איז אריינגעלאפן צו ר' טודרוס זילבער וואס איז יעצט אין בנין עסטרייכער און דארט האט מען געהאלטן אינמיטן נשמת און ער נעמט זיך שרייען "ענק זאגן נשמת און דארט איז מען מחלל שבת". אפאר סיגוטער "קנאים" האבן זיך געכאפט אויף די מציאה און ארויסגעלאפן שרייען שבת (זיי האבן געמיינט נעבעך אז סאיז דא דארט פרויען...) ווען זיי זענען אנגעקומען דארט איז פונקט דורך ר' מאיר צוויבעל, און ער איז צוגעגאנגען צו גרינבוים און געבעטן ער זאל אריינקומען ווייזן וואו מארבעט, אינעווייניג האט מען נאר געזען גויים אויפשטעלן ברענטשעס, האט ער זיך גענומען שרייען אז מהאט יעצט געהערט ווי מזעגט דא האלץ, איז מען דורכגעגאנגען די האלץ שטיקעל ביי שטיקעל און מהאט געזען אז אלעס איז גלאט געהויבלט. יעדע ליגענט וואס ער האט געזאגט האט מען אים אויפגעוויזן אז סאיז פאלש, ביז ער האט זיך געמוזט אויסדרייען און ארויסגיין מיט בושות. מיט דעם האט ער זיך נישט געשעמט צו זאגן פאר איינעם שבת נאכמיטאג אז ער האט אליין געזען דארטן 15 גויים ארבעטען!!!!!! און יעצט ווייסן אלע סיגעטער אז אין סאטמאר איז מען מחלל שבת... (נידערמאן רעדן אויפן סעלפאן אים יו"ט איז מותר, ווייל סאיז דאך געווען קעגן סאטמאר...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טענטער מחלל שבת ויו"ט בפרהסיא אין וויליאמסבורג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext