ביים גרויסארטיגן טיש האבן זיך אנגעזען גדולי הרבנים ווי הגה"צ וואלאווער רב שליט"א און אחיו הגה"צ נירבאטור רב שליט"א
רבינו שליט"א האט גערעדט דברי תורה בערך א שעה צייט. קודם האט ער אנגעהויבן מיט א פשעטל, פונעם רמב"ם, שער המלך, קצות און אבני מילואים.
פון דארט איז ער געשווימען צו חסידות און עפעס פון אר"י הקדוש (כ'כדענק שוין נישט וואס).
נאכדעם האט ער אנגעהויבן זאגן מוסר, איבער ענינים פון לימוד התורה, קדושה וטהרה שטארק גערעדט פון מקוה, און אז די מילוי פון סוכה קומט אויס "מקוה" (איך פארשטיי נישט גענוי סארי). און נאכדעם איז ער אריין בעומק הדברים איבער די פלייש שערוריה פון מאנסי. ער האט געשריגן ווי א לייב אז דאס עסן טויג נישט, מ'קויפט איין איבעראל און מ'עסט אלעס. און דאס איז דער יסוד פון אלע פגעים ומרעין בישין און ווידעראמאל ציטירט עטליכע רמב"ם'ס.
דער טיש איז געווען חטיבה אחת פון דערהויבנקייט. פון דאס הערליכע זינגען פון שירה, צי די הערליכע תורה, די פשעטל און די חסידות און די בליציגע טרעפליכע געדאנקען און דערנאך די פלאמפייערדיגע מוסר... אה א נחת.
א שאד אז דער טיש האט זיך געענדיגט 1:15 ביינאכט
א שאד.
|
|