| נשלח ב-16/10/2006 08:18 |
|
| |
סאטמאר נעמט איין ניו יארק שמח"ת!!!
סאטמאר האט איינגענומען גאנץ ניו יארק דעם שמחת תורה.
ווידעראמאל האט זיך די וועלט איבערצייגט למי החותמת ולמי הפסולים, אבער דאסמאל האט עס אפגעהילכט מיט א מעכטיגן שאס, ווען ס'האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט ווער ס'איז דער אמת'ער רבי אין סאטמאר.
ס'איז נישטא די ווערטער אין מויל צו באשרייבן דעם הערליכן יום טוב וואס סאטמאר איז אריבערגעגאנגען.
דער סאטמארער רבי שליט"א האט געפירט הערליכע הקפות מיט צענדליגער טויזנטער מענטשן, אזש אז דער נייער בית המדרש איז געווען צו קליין פאר אזא ריזן ציבור.
מענטשן וואס זענען ארומגעגאנגען "הקפה שאפינג" זענען געווען ערשטוינט ביז גאר: אין סאטמאר זענען די 12 שטאקיגע פארענטשעס געווען געשטאפט אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. אין ראדני זענען די פארענטשעס געווען ליידיג, און כ'מיין נישט צו זאגן ליידיג, נאר ליידיג ליידיג. קיין איין יונגערמאן אדער בחור איז דארט נישט געשטאנען אויף די פארענטשעס. מען האט אויסגערופן בפקודת דעם סיגעטער בור אז יעדער איינער מוז אראפגיין פון די פארענטשעס, ווייל דאס בית המדרש איז געווען אזוי ליידיג אז ס'איז געווען בושות צו לאזן דעם עולם בלייבן אויף די פארענטשעס.
אין סאטמאר האט מען היינט שמחת תורה געענדיגט די הקפות א פערטל צו זיבן פארנאכטס, און רוב עולם האט שוין געגעסן די קרויט מוצאי שמחת תורה ווען אין אנדערע קרייזן האט מען שוין לאנג געהאט געענדיגט דעם יום טוב. ווען אין אנדערע קרייזן איז מען שוין לאנג געשלאפן האט מען אין סאטמאר נאכנישט געהאט געבענטשט פאר די יום טוב בייטאג סעודה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 08:20 |
|
| |
א שמייכל אין דער זייט:
א איד וואס איז אריינגעקומען פון מאנרא צום נעילת החג טיש האט געפרעגט זיין חבר: נו, וויאזוי איז עס געווען?
ענטפערט אים יענער: עס זענען דא ערנסטע דעבאטעס ווער ס'האט געהאט א גרעסערער עולם, פאפא אדער ראדני...
נ.ב. פאר די וואס זענען באמת נייגעריג: פאפא האט געהאט א גרעסערער עולם פון ראדני...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 08:28 |
|
| |
דער שמחת תורה איז באזונדער געווען א שטארקער חיזוק פאר די סאטמארע חסידים פון ארץ ישראל, וועלכע האבן צום וויפלטן מאל געזען אז די זאלי פי-אר מאשין איז א גרויסע אויפגעבלאזענע פאנטאזיע, וואס קראכט און ווערט צוקראכט מיט איין בלאז.
דעם שמחת תורה האבן אלע ווידעראמאל געזען אז סאטמאר איז ב"ה געבליבן פונקט אזוי שיין און איז נאך געווארן שענער ווי דער רבי זי"ע האט עס איבערגעלאזט, פאר ממלא מקומו וממשיך דרכו, כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
די זאליס האבן געליטן אזעלכע שרעקליכע בושות אז ס'איז געווען פחדים. זיי האבן אריינגערוקט זייערע פארענטשעס דאס מערסטע וואס מעגליך אין בית המדרש אריין, אבער מיט דעם אלעמען איז דאס בית המדרש געווען ליידיג און אויסגעשפילט, און די פארענטשעס זענען געווען בלויז א פערטל אנגעפילט... מיט קינדער...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 18:03 |
|
| |
דאס שרייבט יוסף אלי' אין אנדערן פורום, כא כא כא...
| הערליכער שיינעם יום טוב אין ראדני |
|
|
איך וואלט זייער געוואלט באשרייבן דעם שיינעם געלונגענעם יום טוב וואס מיר האבן געהאט אן ראדני בראשות דעם רבי שליט"א, אבער פקודתו שמרה רוחי, איך בין בפקודת הקודש פארבאטן צו שרייבן , ווען איך מעג ווען שרייבן וואלט איך באשריבן דעם שיינעם הושענה רבה, די פלאם פייערדיגע דרשה פון רבינו שליט"א, בהשתתפות הונדערטער אידן וואס האבן שוין צענדליגע יארן נישט געהערט אזא ווארעמע דרשה, די שיינע הקפות, ווי דער רבי שליט"א האט מיט אזא חביבות ארום געכאפט די ספר תורה, ער האט מיט א אויסטערלישער ליבשאפט געקישט די תורה ווי איינער וואס טרעפט זיך מיט א ברודער וואס מען האט שוין יארן נישט געזען, די הונדערטער מענטשן האבן זיך אלע צונויף געשטיפט אין סענטער פון בית המדרש צו כאפן א בליק אויף דעם מחזה הוד, ווי דער רבי האט א ספר (תורה) אין די האנט, אויף די 4 שטאקיגע פארענטשעס האבן די יונגעלעך תלמידי התלמוד תורה, געפאכעט מיט די פענדעלעך, און מיט געזינגען די הערליכע הקפה ניגונים,
יא, דאס וואלט איך געקענט באשרייבן אויב דער רבי שליט"א וואלט אונז נישט פארבאטן צו שרייבן אויף היידפארק, אבער ווי געשריבן, פקודתו שמרה רוחי, און איך מיז מיך צוריק האלטן, נאך אזויפיל יארן נישט האבן א רבי האב איך מיר פיינעלי דערווישט א רבין קען איך מיך פשוט נישט ערלויבן עם ווידער צו שפעניגן,
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 18:08 |
|
| |
ווי איינער וואס טרעפט זיך מיט א ברודער וואס מען האט שוין יארן נישט געזען
קאמענטארן זענען איבריג
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:01 |
|
| |
נו???
בילדער???
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:17 |
|
| |
איך בין נישט געווען אין וויליאמסבורג, אבער דער עולם וואס קומט צוריק פון שטאט איז עפעס משוגע איבער דעם הערליכן יום טוב וואס איז פארבייגעגאנגען, און זיי קענען נאכנישט צוזיך קומען. יעדער רעדט מיט עפעס א מין אינטערסאנטע וואונדער און שטוינונג איבער דעם יום טוב. קען איינער דא אראפלייגן דעם יום טוב פאר די פון אונז וואס האבן נישט געהאט די זכי' עס מיטצוהאלטן?
אויך, וואס איז געווען אזוי מורא'דיג ביי די זעקסטע הקפה ניגון שמחת תורה בייטאג, אז מענטשן הערן נישט אויף צו רעדן דערפון?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:26 |
|
| |
ס'איז נער'יש אפילו צו רעדן ווער ס'האט געהאט א גרעסערע עולם (איך שעם מיך צו זאגן אבער איך בין געווען אין ראדני קיינער קען מיר קיין מעשיות נישט פארקויפן)
איין זאך וואס קען מיר נישט ארויסגיין פון קאפ, איז די נענועים ביי די זעקסטע הקפה, איך שרייב נאר פאר די וואס זענען דארט געווען ווייל איינער וואס איז נישט געווען קען מען אים עס נישט מסביר זיין נישט מיט קיין ווערטער אין אפילו נישט מיט פיקטשערס,
ווער ס'האט באמערקט ווען די רבי האט אויפגעהויבן די ספר אין די הייעך ווי די ביעמס פון ביהמ"ד האבן זיך געשאקלט, איך האב נאך יעצט טשילס ווען איך טראכט פון דעם,
א שאד א שאד אז מ'דארף ווארטן נאך א גאנצע יאר נאכאמאל דאס צוזעהן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:27 |
|
| |
נו, ס'נישט שיין, איר וואס זענען יא געווען דארט, באטיילט די הרגשים מיט די וואס האבן נישט געהאט די זכיה. יש עושר שמור לבעליו לרעתו.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:34 |
|
| |
SPEECHLES
one thing i can tell you
"HEILIG" heilig
lechtig & heilig
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:40 |
|
| |
לכתחלה וואלט מען בכלל נישט געדארפט רעדן פין ראדני. נאך אזא ספעציעלער יו"ט וואס מיר האבן געהאט
די ערשטע נאכט האט געקענט אריינפארן א טרעלער אין ראדני, מאכען א יו- טערן אינמיטען ביהמ"ד אין נישט שעדיגין קיינעם ביז חיים דוד דעסער האט אויסגעריפען אז עס איז סכנת נפשות...... אראפ פין די פרענטשעס {ביים בעל ברך משה פלעגט מען עס אויסריפען ביי די 6/טע הקפה}
מיטל נאכט האט ער שוין געהאט א ביסעל א גרעסער עולם
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:41 |
|
| |
דאס הערט מען פון אלעמען, 'סעפציעל', 'געהויבן', 'הייליג', 'לעכטיג', 'ריזיג'. אבער אלע שווייגען, פרעגסט פרטים, "איך קען דיר נישט איבער זאגן, אשאד ביסט נישט געווען". דאס ווייס איך שוין אז ס'איז שאד, אבער לאמיר עפעס הערן שוין. לאמיר עפעס זעהן שוין.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:42 |
|
| |
SIM אפילו איך וויל קען איך נישט.
לאמיר דיר דערציילן א קורצע זאך.
איך קום אהיים נעכטן (היינט פארטאגס) נאכן יו"ט און מיין ווייב פרעגט מיך די זעסט נישט אז דיינע פיס זענען צובליטיגט. און איך שטיי און שטוין איך האב שוין אפאר טאג נישט געוואוסט אז איך האב פיס. געדאווענט, געוויינט, געזונגען, געשטאנען, געטאנצען, זיך געשטופט, זיך געהויבן, און געשפרינגען אין די לופט, און נישט געשפירט גארנישט. אבער נאכדעם וואס מיין ווייב האט מיר דערמאנעט דערפון האב איך אנגעהויבן צו שפירן אז איך האב פיס. אבער עס טוט ביטער וויי, איך קען נאך יעצט נישט גיין געהעריג.
אבער וואס קען מען טון עס איז monday דער שלאפן וועל איך שוין משלים זיין אן אנדערס מאל. די סוכה וועט אויך מוזן ווארטן ביז איך וועל עס צונעמען.
אבער דאס עונג רוחני איז הדרה דלא אפשר למיפרט בשיפוותא (איך געדענק נישט ווי אזוי מען ספעלט דאס) נישטא קיין פעדער וואס קען דאס באשרייבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:45 |
|
| |
עס איז נישט מעגליך צי באשרייבען וויפיל די וועסט הערן וועסטע נישט קענען מצייר זיין וואס עס איז געווען איין שטיק רוחניות, שעות שעות פין דאווענן מיט הקפות, מיט א לעבעדיקייט,שמחה וחדווה מיט א געהויבנקייט אזוינע הקפות האט נאך סאטמער נישט געזען
ביטע עפענענן א נייע אשכול דערפאר, דא איז שוין אנגע'חזר'ט מיט ראדני
תוקן על ידי - moshe06 - 16/10/2006 19:47:58
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:49 |
|
| |
sim די וועסט קיינמאל סייווי נישט וויסען וויאזוי ס'איז געווען ווייל מ'קען דאס באמת נישט מסביר זיין
איך וואלט דיך געראטען אז די זאלסט דיך אליין פארשטעלן די מערסטע מענטשען וואס די טראכסט אז ס'איז געווען, און די היילגסטע, לעכטיגסטע, דערהויבנסטע, און ווען די האסט שוין ארויס די בילד דאן לייג צו נאך 3 מאל אזוי היילג, ריזיג, דערהויבן, לעכטיג, און שיין, אזוי וועסטו אפשר קענען באגרייפן האלב ווי אזוי ס'איז געווען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2006 19:53 |
|
| |
יישר כח פאר אייך אלע וואס פראבירן צו עקלירן פארוואס איז אנמעגליך צו עקלערן, וואס איז געווען יו"ט אין סאטמאר. אבער עפעס, משהו, איין סיקונדע, איין ברעקל, איין טענצל, קענמען דאך יא איבערגעבן. הייבט'ס אהן.
|
|
|
|
|