אוי, אוי אוי, וויי געוואלד, דו פארציילסט מיר נייעס? נאך א מזל ר' זלמן לייב לאזט שרייבן אין אנדערע פורום'ס..., איך בין דא געווען אויף יום טוב, מיינסט איך האב געוואלט אריינקומען, שקר, מ'האט מיך געצווינגן, יא, ממש מיט די זעלבע טעראר מיטלן ווי ביים רבינס ערשטע שבת אין ווילימסבורג.. מ'האט מיך געסטראשעט מ'וועט מיר אויפזאגן דעם פאסטן, איך בין געווען הושע"ר אין ביהמ"ד, דו מיינסט איך האב געוויינט פון די דרשה, עההה, איך האב געוויינט צוזאמען מיט נאך טויזענטער אידן איבער דער טעראר וואס קומט פאר, וואס הייסט מ'צווינגט מענטשן אוועקצופארן פונדערהיים אויף א יום טוב, ווען וועט שוין UJO קער נעמען פון אזאנע מענטשן וואס צווינגן ארויף וואס זיי ווילן אויף טויזענטער אידן. אוי האב איך געוויינט ווען מ'האט מיך מיט כח אריינגעצוואונגן אין די תערובות, ס'איז אזעלכע געמיינע מענטשן געווען, דו ווייסט מ'האט דאס געטוהן ממש במזיד, מ'האט דירעקט אויסגעקליבן יוז סט. ווייל דאס איז א שמאלע גאס, און קיינער פון גאנץ וויליאמסבורג וועט נישט באמערקן וואס טוט זיך דארט אפ אין די שפעטע מוצאי יו"ט נאכט שעות. און די מיינסט נאר מיין בלוט האט מען געצאפט, איך האב פאר דיר נייעס, אויך וויאזוי הייסט ער, ר' געציל, יא, ר' געציל בערקאוויטש, דער דיין פון מאנדרוי, ער האט מיר געזאגט בסוד סודות, אז מ'האט אים געסטראשעט אויב ער קומט נישט אריין נעמט מען אויף ר' משה פרידמאן פון בארא פארק! קענסט אים?.. אזוי צו טערעראזירן מענטשן, אומגלויבלעך.
אינאמתן האבן מיר אויך געוואלט האבן פרויען-פאליס ס'איז עכט אינטערעסאנט פאר אונזערע קינדער, ליידער האבן מיר נישט געהאט די זכי'.
געב איבער די ווערטער פאר דיינע חברים אין ענקער פורום..
תוקן על ידי - פשטידא - 17/10/2006 17:22:01
|
|