די נעמען פון די מיטגלידער אין יענעם ניק וועלן באלד געמאלדן ווערן אין דעם אשכול.
מיר ווינטשן זיי אין נאמען פון אלע חברים פיל הצלחה און גליק אין זייער אחריות'דיגע אבער ערנפולע אונטערנעמונג.
נשלח ב-17/10/2006 21:04
ברוכים הבאים פאר די אלע פרישע מנהלים,
זאל דער אייבישטער העלפען אז עטס זאלטס קענען אינאיינעם אויפטוען אסאך פאר חרדישען אידענטום בכלל און פאר אינז כותבים און גולשים בפרט, ביז מיר וועלן זוכה צו די גאולה שלימה ובלא המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים בהתגלות כבוד שמים עלינו ומלכינו בראשינו בב"א.
_________________
נשלח ב-20/10/2006 21:17
ווען מיין אלטער ידיד און קאלעגע הרב פשטידא האט מיר געבעטן אז איך זאל לטובת ולהצלחת הפורום אננעמען דעם אמט פון מנהל משנה האב איך שטארק געקווענקלט אויב איך זאל זיך ווידער אריינלאזן אין אזא שווערע פאזיציע וואס איז א שטארקע פאראנטווארטליכקייט און גאר אן אפמוטשענדער ארבעט. באזונדער, ווען איך האב מיט א צייט צוריק זיך אונטערגענומען מער נישט צו שרייבן ברבים און זיך טאקע כמעט נישט געלאזט הערן די לעצטע תקופה.
ווי איר זעט בין איך געקומען צו אן אנדער באשלוס און דאס איז צוליב צוויי סיבות. ערשטנס, איז גאר וויכטיג צו האבן אלע אידישע שרייבער אויף איין מקום. אנדערש ווי ביז איצט וואס עס איז באלד דא מער פורומים ווי שרייבער... און וואס מאכט דעם פאטענציעלער שרייבער גאר פארלוירן ווען ער וויל עפעס שרייבן און ווייסט נישט וואו. ווי כמה פון מיינע חברים, פרישע און געוועזענע שרייבער האבן מיר קלאר געזאגט, איז דאס די סיבה פארוואס מען זעט זיי נישט שרייבן. אויך פארן ליינער איז דאס שטארק אומבאקוועם צו דארפן לויפן פון איין פורום צום צווייטן, זוכן סחורה מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן, און וויפיל מאל ברויך ער איבערליינען די זעלבע נייעס געשריבן מיט אנדערע לשונות.
מיט א צייט צוריק בין איך געזעסן ביי איינעם פון די גרויסע רבנים אין ברוקלין און גערעדט איבער א געוויסער נושא, ומענין לענין זענען מיר אנגעקומען צו דער נושא פון היידפארק (ניין. איך האב אים נישט געזאגט מיין ניק. איך געב דאס געווענליך נישט ארויס פאר יענער דערציילט מיר זיינעם...) האט מיר דער רב דערציילט מיט ווייטאג א מעשה וואס ער האט פערזענליך מיטגעהאלטן וואס איז שפעטער ארויס אויף היידפארק און אנגעמאכט גרויסע פראבלעמען אין דער צייט וואס די מעשה איז געווען היפך פון וואס עס האט ווירקליך פאסירט.
איך זע נישט אין שרייבן פאליטיק קיין פראבלעם אין הלכה, טראצדעם וואס דער נושא אינטערעסירט מיר קנאפ. ווען מען האט גערעדט אין חדשות אנש איבער עפענען דעם פורום פאר היימישע פאליטיק האב איך שטארק גע'שתדל'ט מען זאל ענטפאנגען אלע געוועזענע שרייבער, אבער קיין אחריות דערויף האב איך נישט געוואלט נעמען, ווייל עס איז גאר א שווערע ארבעט, און עס פעלט זיך אויס דערפאר א פיר און צוואנציג שעה איבערזיכט און איך בין נישט געווען גרייט דערויף.
אצינד, אז פשטידא האט אויף זיינע פלייצעס גענומען דעם שווערן עול און ארבעט אויפצושטעלן א פורום וואס זאל זיין לשם ולתפארת, האב איך דאס אנגענומען כדאי צו קענען העלפן אינעם בליה פון אזא סארט פורום וואס זאל זיין דער ריכטיגער אפטייטש פונעם נאמען דערפון, נעמליך, 'אלע' נייעסער פון 'אלע' קרייזן ארום דער גארער וועלט. איך האף מיט דעם צו זיין דער בריק צווישן חדשות אנש וואס איז גוט פאר די וואס גרוילן זיך פון אידישע מחלוקת אפגעזען אויב עס איז אויסגעהאלטן על פי הלכה און ווילן הנאה האבן פון די געווענליכע נייעסער וואס ווערן דארט געלופטערט, און דעם פורום וואס וועט בעזרת ה' האבן אלעס אין זיך.
(נ.ב. דער ניק דיפלא וויל איך מקדיש זיין נאר פאר עניני הפורום, אלע אלטע חברים זאלן זיך ביטע ווענדן נאר צו מיין ניק דיפלאמאט, קיין שום פריוואטע ענינים זאל מען נישט אהערשיקן)
נשלח ב-20/10/2006 21:28
ברוך הנמצא! מיט דאנק פאר אונזער חשובער קאלעגע וואס קומט אונז ארויסהעלפן אין די שווערע ארבעט