בית פורומים כל העולם כולו

ספר תורה פאלט שמח"ת אצל הקפות פין האדמו"ר ממאנסי שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/10/2006 21:41 לינק ישיר 
ספר תורה פאלט שמח"ת אצל הקפות פין האדמו"ר ממאנסי שליט"א

ביי די הקפות פין האדמו"ר מוויזניץ מאנסי איז איהם ארויסגעפאלען די ספר תורה פין די האנט
מען האט געפסקנ'ט די אלע וואס האבין געזעען זאל געבען ח"י דאללאר פאר צדקה




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2006 21:46 לינק ישיר 

איז מזון ג' סעודות נישט מער ווי ח"י דאלאר?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2006 21:53 לינק ישיר 

האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 17:07 לינק ישיר 

ליצים זאגן אז
וויזניצער רבי האט "ליידער, ליידער" אראפגעלאזט א ספר תורה
אבער שיין פארדינט דערפון.

ער האט אריינגעלייזט איבער 50 אלפים, דורך קנס'ן יעדן וואס איז דארט געווען מיט ח"י דאלאר און אלע בחורים 9 דאלאר.


מאנכע פרעגן: איז דאס נישט חוטא נשכר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 17:17 לינק ישיר 


נו! מוחה! בזיון תלמידי חכמים! הוי זהיר וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 18:10 לינק ישיר 

נאך וואס ליצים זאגן

עס לוינט זיך צו זיין א רבי אין מאנסי די לעצטע צייט, מען לייזט אריין כופר נפש געלט אין די שווערע נומבערס.

נאך די פינקל פרשה האט מען געהייסן געבן פארן רבי 36$

און יעצט $18

די רבי'ס מאכן דארט א לעבן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 18:11 לינק ישיר 

זייט ווען האט מען אין וויזניץ מאנסי א פראבלעם מיט בזיון תלמיד חכם? וויפיל תלמידי חכמים האט ער מבזה געווען ביי די הייליגע שלש סעודות תורות?

קאט דע קרעפ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 22:05 לינק ישיר 

דוכט זיך אז מ'מעג רעדן מיט אביסעלע מער דרך ארץ פון איינעם וואס איז פון די גרעסטע גדולי דורינו. ווען דו זאלסט וויסן וויפיל צדקה גייט ארויס פון די הייליגע שטוב וואלסטו אנדערש גערעדט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 22:09 לינק ישיר 

huh? tzedakah? u must be making a mistake with someone else, by the way, this tzedakah thingie was the biggest litzunis in the eshkol, leitzim



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 22:43 לינק ישיר 

איך בעט אייך טייערע אידן הערט אויף, דער איד איז א תלמיד חכם עצום, געווען א געוואלדיגער מתמיד אלע זיינע יארן. די תורה הק' דיזערווט אביסאלע רעספעקט. האט שכל!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 22:48 לינק ישיר 

אפשר דאך

איך פארשטיי אינגאנצען נישט וואס די זאגסט

דער רבי שליט"א איז געווארן א שגץ פארן זאגן אויפן קאשויער א שארף ווארט נאכדעם וואס דער קאשויער האט גערעדט אויף זיין טאטן דער בעל ברך משה זצ"ל וואס איז דאך זיכער געווען פון די גרעסטע גדולי הדור. און ווען עס קומט צו תלמיד חכם איז דער רבי עני טיים נאך צוויי מאל אזא גרויסער תלמיד חכם ווי דער אדמור  מוויזניץ מאנסי, און טיילט אסאך מער צדקה, אבער דער אדמור מוויזניץ מאנסי בלייבט א גדול הדור נישט קיין חילוק אויף וועם ער שיט צוזאם פעך און שוועבל אן קיין שום נימוס דרך ארץ (וואס על פי הלכה האט ער קיין שום רעכט צו טון פאר ער פרובירט צו רעדן צו דעם אויף וועם ער רעדט און פרובירן בצינעה אדער אפשר וועט אים יענער פארשטיין געבן פארוואס ער האט געמעגט עס טון)

זיי נישט קיין היפאקריט

נאכאמאל. קאט די קרעפ!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 22:54 לינק ישיר 

איך שטעל מיך פאר אז דו מיינסט רבי אהרן, וואו האסטו מיך געזען האבן טענות אויף ר' אהרן פאר עפעס? איך האב סך הכל געווארנט דעם וואס שפילט זיך מיט פייער אז ער קען זיך אפבריען, און זייער מיאוס, אויב ער האלט אז ער איז עלטער פון מיר און ווייסט בעסער, כל הכבוד, איך וועל אים נישט שטערן. יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו.

צווייטנ'ס, אפשר טרעפסטו מיר איין מאל ווען דער וויזשניצער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט מיאוס אויף א צווייטן איד? אדער גאר געשאלטן? ער האט די רעכט מוחה צו זיין קעגן יעדע זאך וואס ער האלט אז ס'איז א פירצה, און ער ווייסט סאך בעסער פון אונז ביידע וואס מ'מעג יא זאגן און וואס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 22:58 לינק ישיר 

גאסט, איך מיין אז די וויזניצע רבי האט נאך אזוי פיל דרך ארץ ווי ר' אהרן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 23:46 לינק ישיר 

all nonsemse aside there is no reason, and even if there is one, DERECH ERETZ comes first especially an elderly talmid chichom, regardless of history, and btw this story in particular, is a very sad event. and when such a thing happens in the realms of heimishe yiden we should all be crestfallen and shook up, not .........................thanks



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2006 00:02 לינק ישיר 

הגה"ק ממונסי  שליט"א רעדט נישט אויף קיינעם
נאר אויף יענעם וואס ער איז חושד
אז ער האט אפשר עטוואס מער מענטשן פון אים
ער איז אהיים פון די סאטמארע חתונה אין ווימ"ס
ממש חולה אין די קאר אהיימפארענדיג האט ער ממש געברויזט
אין האט גלייך אנגעהויבן מיט מעשה שדים אויפן בלאט  וכהנה וכהנה
שוין נאכן איבערבעטן דעם רבין זצ"ל אז ער האט זיך פארקויפט פאר כבוד און געלט
און אז קיינער האט נישט מקבל מרות געווען פון אים ושאר דברי דופי
און בכלל וויאזוי האט הוד קדושתו ממונסי נישט דערשנאפט מיט זיין רוח הקודש
 אז עס שמאכעוועט גאנץ מונסי פון נבלה און טריפה
האטס שכל און דעקט אויף די צבועים שתולים קלא אילן בציצית וכולי




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 00:09 לינק ישיר 

דער וויזניצער רבי שליט"א איז טאקע א גרויסער מתמיד און א עובד השם,
אבער אז מען רעדט פון מבזה זיין, איז נישטא א גרעסערער בזיון וואס ער
האט געטוהן פאר דעם סאטמארער רבי זי"ע דער בעל דברי יואל,
ווען ער האט דעמאנסטראטיוו ארויס געשפרייזט פון מעדיסאן סקווער גארדן
ווייל... מען האט גערעדט אויף די אגודה, 
דאס איז געוען א בזיון גדול ונורא עד אין לשאר,
דער וויזניצער רבי שליט"א האט מבזה געווען דעם סאטמארער רבי דעם בעל ברך משה זי"ע,
ווען ער האט עם אזוי מצער געווען און געצאפט דאס בלוט ביי די שערי חמלה פרשה,
 ווי פיל שלש סעודות תורות האט ער געווידמעט פאר דעם נושא, 
איי פרעג מיך, וואס פאר א שייכות האט ער צו שערי חמלה, הא?, 
עמעצער האט עם דען געפרעגט? איז ער דען קהל''ס פארזארגער,
אויב האלט ער נישט פון דעם, דאן שטעל דיך אויף און זאג פאר דיינע חסידים
אז מען זאל דאס נישט נוצן, וגמרנו, אבער ווי קומסטו מוחה זיין אויף א זאך וואס איז נישט
אין מאנסי, און וואס סאטמאר האט געבויט אין  זייער שטעטל, סא, וואס שטופט ער זיך
אריין די נאז, פון זיינע אייגענע פירצות מאכט ער שנעל א שווייג, (און גערעכט איז ער)
האפענטליך איז ער דאס מתקן, אבער קיין קול מחאה האט מען פון עם נישט געהערט,
(וויזניצער מיידל סקול, וד"ל)
קענט איר אייך פארשטעלן אויב דער מכשול פונעם נבלה פלייש וואלט געשען
אין קרית יואל, וויפיל תורות און פשעטלעך וואלטן מיר פון עם געהערט,
און פונקטליך געוויסט פארוואס דאס איז געשען,
אבער דאנק גאט דאס איז געשען ביי עם אין מאנסי,
און נישט דער סאטמארער רבי שליט"א האט געטיילט שריים נבלה פלייש,
נאר דער הייליגער  כבוד קדושת דער וויזניצער שליט"א,
דערובער איז ער שא שטיל,
ברענגט מיר אפאר טארלער, און מוחל...
 אפשר זאגט איר מיר וואס פאר א עונש איז דאס, דו לאזט אראפ א ספר תורה
און יעדער זאל "דיר" ברענגען געלט, WHAT A JOKE,
אין סאטמאר ביים רבין זי"ע ווען דאס האט רח"ל פאסירט, האט יעדער געמיזט פאסטן,
און נישט אריין געטראגן געלט פארן רבין,
וילסט נישט גוזר תענית זיין (?) דאן הייס יעדן געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס
אדער א אנדערע באקאנטע אנגענומענע צדקה צוועק,
אבער פאר דיר צו ברענגען, דאס איז דאך ממש א געלעכטער,
ווען ער וואלט נישט געווען א ערלעכער איד וואלט מען עם געקענט חושד זיין
אז ער האט דאס בדווקא אראפ געלאזט צו מאכן אפאר דאלאר,
אזוי אויך מיטן עירוב, ער קומט ארויס מיט א קול מחאה וזעקה אז ובכן
אין וויליאמסבורג טראגט מען מיטן עירוב, איי ווער טראגט?, נאר אזעלעכע
וואס זייער דיין אדער רב לאזט עם טראגן, נו, אויב האלסטו אז מען קען זיך
נישט פארלאזן אויף דעם קלויזענבורגער דיין רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א
און אויף אדווארער רב שליט"א, דאן קום ארויס און פארבאט פאר דיינע חסידים
צו טראגן, אבער ווי קומסטו מוחה זיין, בכלל וואס איז דער דער פראבלעם מיטן עירוב,
די טענה איז אז דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געהאלטן דערפון
און באתרי דמר טאר מען נישט גיין אקעגן זיין רצון, איי געוואלד און געשריגן,
דער זעלבער סאטמארער רבי זי"ע, האט געבליטיגט בדם לבבו פארן שיטת ר"ת
און אלע קרייזן אלע רבנים האבן דאס אנגענומען, אויסער... דער זעלבער
וויזניצער רבי שליט"א, זיינע חסידים טראגן אויף די גאס בפרהסיה פארן זמן
פון מוצאי שבת (שיטת ר"ת) און טאקע באתרי דמר, אין וויליאמסבורג,
און אלעס איז שא שטיל, ער מעג טוהן וואס ער וויל און קיינעמס מיינונג איז עם
נישט מחייב, אבער זיין מיינונג איז יעדן מחייב, היפאקרעטיע האט אויך א שיעור, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ספר תורה פאלט שמח"ת אצל הקפות פין האדמו"ר ממאנסי שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext