טויזנטער פראטעסטירן קעגן "מצעד התועבה" אין ירושלים
די נאכט האבן טויזנטער אידן זיך פארזאמלט אין ככר השבת אויסצושרייען זייער וויי געשריי אקעגן דעם געמיינעם "תועבה מארש" וואס געוויסע רשעים האבן פאררופן אויפן קומענדיגן חודש אין ירושלים עיה"ק, אויסצודרקון שטיצע פאר די ערגסטע חוטאים ומחטיאים בדורינו רח"ל.
דער פראטעסט איז פאררופן געווארן דורכ'ן בי"ד הגדול פון ירושלים, און דער הויפט רעדנער איז געווען דער ראב"ד הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א, וועלכער האט פארשפראכן אז דאס איז בלויז דער אנהייב פון א קאמף וואס מען וועט פירן ביז מסירות נפש צו באקעמפן די גרויליגע ערשיינונג.
טראץ וואס אנקעטעס צייגן אז 70% פון די פרייע ווילן אויך נישט אז דער מארש זאל פארקומען אין ירושלים, האט דער בג"ץ און די עירי' באשטעטיגט דעם מארש, אין נאמען פון "גלייכבארעכטיגונג" און "צדק". א גרויסער טייל פונעם אויפברויז איז אויך געווענדעט אקעגן דעם 'חרדי'שן' מעיאר אורי לופליאנסקי, וואס דער ראב"ד טענה'ט אז ער האט נישט גענוג געטאן אפצושטעלן דעם מארש בעוד מועד (פאריאר האט עס לופליאנסקי געוואלט אפשטעלן און דער בג"ץ האט אים געצווינגען אנצוגיין ווייטער דערמיט און אים נאך גע'קנס'עט מיט געלט, מיט דעם טענה'ן זיי אז די עירי' וואלט געדארפט שטארקער מוחה זיין).
 |
|
|