|
|
| נשלח ב-19/10/2006 05:24 |
|
| |
אוי, מי יחמול עליך סאטמאר!
עכט האב איך נישט געוואלט שרייבן אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן, דעי יו"ט האט מען געזען ליידער וואס איז געשען פון סאטמאר. די הייליגע יו"ט שמחת תורה, א יו"ט וואס איז אייביג געווען די שפיץ פון סאטמאר פאר א גאנץ יאר, די הייליגע הקפות, די פלאם פייערדיגע תורות וואס מהאט געהערט פון רבין זי"ע, סהאט געגעבן חיות פאר א גאנץ יאר, ווער רעדט פון די הייליגע דרשות הושענא רבא, ווי סבענקט זיך נאך יענע צייטן. היינט איז די גאנצע יו"ט געווארן ווער סקען מאכן א שענערע שאו, א צירקוס, מלייגט ארויס ריזיגע פרענטשעס וואו אלע אנגעפרעסענע בייכער שטעלן זיך ארויף וואטשן די שאו, די גאנצע יו"ט איז מען ביזי צו ציילן ווער סהאט העכערע פרענטשעס, מער מענטשן, שענערע קאלער בעקיטשעס, שענער דעקארעיטעט די שול, און מער הצלה קאלס. כהאב נאכנישט געהערט פון קיין איין איינציגן מענטש רעדן קיין איין ווארט פון א תורה וואס מהאט געזאגט אין סאטמאר, ביידע סאטמארס, דעי יו"ט! א גאנצן טאג פייט מען זיך איז דא געווען מער מענטשן, מיינע פרענטשעס זענען געווען העכער, מיין רבי האט געענדיגט שפעטער, איך האב געהאט א שענערע באגלייטן, העכערע מייקס, שענערע פארטש, שטערקערע לעקטערס, אא"וו. ווער רעדט נאך פון די פיקטשערס פון די טישן, האט איינער שוין אמאל געזען א פיקטשער פון א טיש אין די עכטע סאטמאר?! איז איינעם אמאל אפילו איינגעפאלן אריינצוברענגען א קעמערע אין ביהמ"ד אינמיטן א טיש?! שומו שמים!! איך האב גערעדט צו איינעם וואס איז געווען אין הופער ביים 'טיש', ער איז שוין א עלטערע ערליכע בעה"ב, מער א שטיקל אהרוני, ער האט זיך אויפגעגעסן א גאנצע טיש האט געהאלטן אין איין בליצן און פלעשן פון קעמרעס! רחמנא ליצלן. און די תערובות וואס איז געווען ביי די 'באגלייטן' אויף היוז ווייסט שוין היינט יעדער איינער. און די ערגסטע איז נאך אז קיינער פארשטייט אפילו נישט די פראבלעם. וואס דען איז סאטמאר אז נישט פיקטשערס און בעקיטשעס? ממאכט ליצנות פון יעדן ערליכן איד וואס ווייטיגט אמאל ארויס די הארץ, אויב איינער קען איבערזאגן וואס שטייט אין אלע פריערדיגע ספרים אז דאס איז געהעריג עבודה זרה ווערט ער א גאנצער חוזק, ממש ווי חז"ל זאגן "יראי חטא ימאסו וסר מרע משתולל". אמת, ביי די זאליס איז דאס אביסל בעסער, דארט איז נישט געווען אזוי ווייט די פרענטשעס און בעקיטשעס און פלעשעס, אבער דארט איז אויך די הויפט מדובר ווער האט געהאט מער און שענער. קיינער קען נישט איבערזאגן, און זאגט נישט איבער, קיין איין ווארט תורה פון די רביס פון א גאנץ יו"ט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 06:01 |
|
| |
אזויפיל שטותים אין איין תגובה האב איך שוין לאנג נישט געהערט..! אלטר משה טייערער די ביסט אפילו נישט ווערט א ענטפער. א גוטע נאכט.
(עצה טובה, קוק נאר איבער די אשכול פין שמחת תורה ביי רבינו שליט"א, קוק וואס מיר האבן גערעדט דארט, בלויז רוחניות, אין נאכדעם רעד.. ביי)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 08:13 |
|
| |
יא יא די קנאה ברענט...
אלתר משה האסט צוויי ברירות:
1)לא תחמוד בית רעיך...(נעבעך נעבעך)
2)אדער קאם דזשוין אס עני טיים אזוי ווי צענדליגער פרישע חשובע סאטמארע אידען האבן געטון דעם יו"ט נאך זיבן יאר וועיסטן אין ראדני און געקומען צום רבי'ן שעפן מלא חפניים רוחניות כאוות נפשם !
ביסט וועלקאם!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 09:06 |
|
| |
אלטר משה, בערנגסט ארויס א גוטע פוינט. אין אמת'ן אריין איז דאס א פראבלעם איבעראל ביי אלע קרייזן. דאס איז די פראבלעם פון'ם דור. די היינטיגע דור האט נישט געזען קיין צדיקי אמת וואס זענען נאך געווען פאר'ן קריג, קוים וואס א רעכט חסיד האט מען געזען. בכל אופן איז נאך אלטץ כדאי זיך צו באטייליגען. בגשמיות און א וודאי ברוחניות.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 14:51 |
|
| |
יוי האב איך געלאכט, אלטר משה, דיין תגובה איז געגאסן אויף דיין נאמען ...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 17:38 |
|
| |
אלתר משה
ביסט א ריכטיגער סעמפעל פין א זאלי האסט דיך געכאפט נאך די ימים טובים, אז דער יום טוב איז אדורוך אין האסט קיין ווארט תורה נישט געהערט פין דיין שטריק די הייבסט אן צי פילען די ליידיגקייט אין פוסטקייט וואס הערשט ביים וועלט'ס גנב אין נועם הארץ, אז נאך אזעלכע שיינע ימים טובים ווען מען מאכט דעם סך הכל זעט מען אז גארנישט, קיין ווארט תורה, האסט נישט וואס נאכציזאגען, האסט נישט מיט וואס זיך מחזק צי זיין, איך פארשטיי דיין ווייטאג, דאס פוסטקייט אין פארגרעבטקייט רעדט פאר זיך אליין
אבער קום איך וועל דיר דערציילען א סוד, אפאר גאסן ארויפציר פין דיין שול, האבן טויזענטער אידן זיך אויסגעוויינט הושענה רבה ביים דאווענן, יא מיט א מייק האט מען געזאגט תורה..... אנדערש ווי ביי דיין........ טויזענטער אידן האבן געהערט תורה יעדן טאג חול המועד. יא אנדערש ווי ביי דיין .......... יא טויזענטער אידן האבן געהערט אומצאליגע חסידשע ווארעמע טייטשן ביי יעדע הקפות אנדערש ווי ביי דיין .......
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו
ב"ה אז איך דארף נישט פרעגן איצט או מי יחמול עליך סיגוט נאר איך קען זאגן אשריך סאטמער
תוקן על ידי - moshe06 - 19/10/2006 17:40:30
[פערזענליכע אטאקעס זענען שטרענג פארבאטן]
תוקן על ידי - פשטידא - 19/10/2006 17:42:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 18:42 |
|
| |
אז מען רעדט שוין יא פין קעמערעס, וויל איך ארויסברענגן א מוחאה אויפן שארפסטן אופן וואס מעגליך
אויף די בארענטשעס אויף די 12'שטאק ביי די ווייבער שול איז געשטאנען א אינגעל מיט א קעמערע אין געהאלטן אינאיין פלעשן בילדער עלטערן האבן נישט קיין שכל? געבן פאר א 10-12 יעריגן אינגעל א קעמערע צי כאפן בילדער?? איך רעד שוין נישט פין די חינוך פראבלעם, איך מיין נאר די חוצפה דערפין, ווייל ווי נישט ווי א ערוואקסענער האט נאך שכל ווען צי כאפן, ווי אזוי צי כאפן בילדער אבער דער אינגעל האט געבראכן יעדן גרעניץ, יעדע 5 מינוט נאך א פלעש אפילו אינמיטען די תורה וכדומה
כ'האב געוואלט אהינגיין נעמען די קעמערע עס אראפווארפן פין די בעק פין די 12 שטאק אויפן פלאר, למען ידעו
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 20:58 |
|
| |
אלטר משה
אז די ווילסט קען איך דיר פארשאפן אפאר טעיפס (פון יו"ט האב איך נישט)
און דעלמאט העמיר זען
צווייטענס ביסט זיכער זיכער נישט געווען אין הופפער (אפשר אין ראדני) און אויף היידפארק איז עס זייער שווער אראפצולייגן
איין זאך איז פשוט א שאד אז מען האט נישט געקענט אראפכאפן אויף א טעיפ די דריי דרשות פון שמחת תורה ביינאכט צווישען די הקפות אין די צוויי דרשות ש"ת צופרי ווי טרערן האבן זיך געגאסען ווי וואסער
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 21:14 |
|
| |
ענק קענען טרייען מיך אפצוסטעמפלען פאר א זאלי, איך האב היינט ב"ה נישט קיין שייכות צו קיינעם פון די פארטייען וואס רופן זיך סאטמאר, אין די שול וואו איך האב געדאווענט צוזאמען מיט נאך אפאר עכט סאטמארע אידן איז נישט געווען די אלע איבלעך, דארט האט מען נישט געטאנצן פאר קיין מענטש, בלתי לה' לבדו. די פראבלעמען זענען פאקטיש דא ביי ביידע, כאטש די עיקר שולד איז ביי די אהרונים, וואס די זאליס טאנצן זיי נאך וועגן די רייסערישע פראפאגאנדע.
כורמיזא, ישר כח, סאיז גוט צו זען אז סאיז נאך דא מענטשן וואס פארשטייען אז סמיינט נישט אלעס פאליטיק, און די שרעקליכע פראבלעמען פון די היינטיגע דור. אבער איך האלט אז ביסט נישט גערעכט, אפשר בגשמיות איז טאקע גוט צו באלאנגען צו א פארטיי וואו מבאקומט פול עטענשאן, אבער ברוחניות איז עס די ערגסטע וואס קען נאר זיין. די איינציגסטע וועג זיך צו האלטן איז נאר דורך זיך צאמנעמען מיט די פאר ערליכע אידן וואס ווילן זיך האלטן צוזאמען ביי די ארגינעלע אידישקייט וועג, און אויסווארטן די ביסל ביז משיח וועט קומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 23:18 |
|
| |
...און מעורר זיין זאכן אויפן אינטערנעט
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|