קוקטס א חילוק פון א נארמאלע צייטונג צו א נארישע קינדערישע צייטונג. אינמיטן יו"ט איז געווען א נייעס וועגן א עראפלאן וואס האט אריינגעקראכט אין א בילדינג, אויף די מינוט האט מען זיך דערשראקן ווייל מ'האט געמיינט אז ס'האט עפעס מיט טעראריסטן אבער מ'האט זיך גלייך בארואיגט. אין די גויאישע מידיא איז עס געווען א שטיקל נייעס ווייל דארט איז אויך געהארגעט געווארן א יענקי פיטשער, אבער נישט מער פון דעם. די צייטונג, מיט א נארמאלע באזעסענע רעדאקציע, האט אריינגעלייגט א קליין שטיקל מיט אפאר פיקטשערס און א שטיקל נייעס, און אזוי קומט עס ווייל די נייעס האט שוין לאנג פארלוירן זיין ווערט. אבער די באמבאסטישער איבערטרייבער אין בלאט האבן געמאכט דערפון א ריזיגע פראנט פעידזש העדליין, פלוס די גאנצע ערשטע 4 זייטן. איין ווארט: קינדער. די שריפט און דער איד מאכן אויך א גרויסע העדליין דערפון, אבער נישט אזוי רייסעריש ווי דער בלאט.
|