בית פורומים כל העולם כולו

אבינו מלכינ "מחוק" ברחמיך הרבים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2006 03:59 לינק ישיר 
אבינו מלכינ "מחוק" ברחמיך הרבים

עפעס טיט זיך דא א געמעקעכטס,
מען מעקט און מען מעקט, ווי ווען ס'גייט ארויס פון סטייל,
טאקע וועגן דעם האט דער פורום אזא פנים,
געטרייע מעמבערס פלאגן זיך אפ און שרייבן גאנצע אשכולות
און איינעם שמעקט עפעס נישט, און... אראפ דערמיט,
איי האט ער דען עמעצן פערזענדליך אטאקירט,
צו האט ער עמעצן פערזענדליך מבייש געווען,
צו חלילה עובר געווען א די עבירה חמורה פון גילוי,
ניין און נאכאמאל ניין,
פשוט און גראד, דאס איז מיין גוסטע איך וויל מעקן און קיינער וועט מיר נישט איינטיילן,
איך וויל נאר זעהן ווי לאנד די דאזיגע תגובה גייט האבן א זכות קיום,
און בכלל ווען מען גייט מיך פון דא חוסם זיין,
HAVE FUN,



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 06:34 לינק ישיר 

יאנקעלע, איך האב געזען דיין אשכול, און נאך פאר דער מנהל האט עס אויסגעמעקט האב איך געהאלטן אז ס'באלאנגט נישט אויף דעם פארום.

נאמבער 1, איז שוין די תקנה געווען ביים אלטן מנהל אז מען טאר גארנישט שרייבן איבער'ן פארום חא"ס, און אוודאי נישט עפענען קיין עקסטערן אשכול דערוועגן.

נאמבער 2, האט דער קעפל פארמאגט א וואולגארישן ניבול פה ווארט, און דער מנהל קען נאר פיקסן א תגובה, נישט קיין קעפל. און אין אזא פאל האט ער נאר איין ברירה: אויסצומעקן די גאנצע זאך.

אלזא, היות האסט פארלעצט צוויי קלארע תקנות פונעם פארום, פארוואס האסטו טענות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 14:56 לינק ישיר 

i remember seeing a eshkol bearing the words yaldei ....something, but a vulgar epiteth i dont recall now to you dear YANKELE we love you, and wait for your tegives like thirsty arabs in the dessert for a li'l cactus juice so please dont get PO"d continue writing thanks in advance



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 15:06 לינק ישיר 

ר' יענקעלע

זאל איך אויסמעקן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2006 15:57 לינק ישיר 

איך וויל נישט מאכן קיין FEDERAL CASE פון די מחיקה,
אבער איך פרעג מה פשעי ומה חטאתי,
מעשה שהי' כך הי',
אין דעם אנדערן פורום (אגב, ווערן זיי כסדר דא ערוועינט ואין פוצה פה ומצפצף)
האט זייער מנהל געבעטן מיט תחנונים אז יעדער איינער סיי אהרונים און סיי זאלונים
זאלן דארט שרייבן, און שווערט זיך פשוט צו זיין נייטראל,
און קיינעם חלילה נישט דיסקרימענירן, ער פארקויפט אז דער ניק XYZXYZ
איז עפעס א שותפות פון א אהרוני און א זאלוני, און זיי פארשפרעכן נישט
צו מעקן ווי לאנג מען שרייבט לויט די תקנת הפורום,
האב איך זיי גענטערט אז עס פאסט נישט אויף דעם זעלבן פורום ווי זייער נשיא
האט געאסרט צו שרייבן מיט  "פקודתו שמרה רוחי" פאסט נישט אז מען זאל עהם
ווידערשפעניגן, איך האב עם געגעבן א עצה צו טוישן נאמען פונעם פורום און אפשר
אויך זיין ניק און דאן וועלן מיר דאס קאנסידערן,
איך מיין אז ס'איז זייער נארמאל געשריבן,
עפעס זעט אויס שעמען זיי זיך מיטן "פקודתו שמרה רוחי"
און מען האט דאס אויסגעמעקט און מיך חוסם געווען,
האב איך דאס מפרסם געווען ביי זיי דורך שיקן אין אישי צו איינעם
וואס האט דאס געפאסט אין מיין נאמען, און אויך פאר אונזערע חברים
אז מען זאל וויסן אז זייערע הבטחות זענען ווערטלויז,
קיין שום השמצות האב איך נישט געשריבן קיין שם מנוולות
 קיין שום גילויים, און עכ"ז האט מען דאס דא אויך אויסגעמעקט,

און צו דיר גוטזאגער וואס שרייבט:
אז דער קעפל האט פארמאגט א וואולגארישן ניבול פה ווארט,
וויל איך דיר זאגן,
YOU ARE FULL OF CRAP...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 19:19 לינק ישיר 

גוטזאגער קען טאקע זיין אז יאנקעלע האט פארלעצט א תקנה אבער דאס איז אמאל זיכער אז מ'מעקט דא מיט כח יעדע צווייטע אשקול אן קיין הסברים אין "בא ללמד'ס" צייטן איז דאס נישט געווען

איך האף אז דעס גייט מען נישט מעקן... תוקן על ידי - פטעטעלע - 20/10/2006 20:08:08



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 20:07 לינק ישיר 

יעצט זע איך אז די גאנצע אשקול פין "ילדי סיגוט " פין וואס יאנקעלע רעדט איז שוין אויך געמעקט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 20:31 לינק ישיר 

שלום עליכם.

באמת וואלט דער דאזיגער גאנצער אשכול געדארפט געמעקט ווערן, עס איז א אנגענומענער כלל אז קריטיק אויף מנהלים קומען נאר אין אישית, און זיכער האט נישט קיין פשט צו קריטיקירן א מנהל פאר מ'פרעגט אים אפילו א הסבר. נאר פאר א ערשטע מאל וועל איך דאס לאזן.

יענער אשכול איז געווען די צווייטע זאך וואס איז געמעקט געווארן אין די לעצטע צוויי וואכן פון וואס איך בין דא, ווער ס'שרייט אז מ'מעקט אין די וועלט אריין זאל מוחל זיין און ווייזן וועלכע זאכן מ'האט געמעקט, איך האב זיכער נישט געמעקט.

און פאר דיר פטעטעלע זאג איך קלאר, אז דער ריסייקל בין אשכול וועט בקרוב אויך אראפגיין, ווערנדיג די דריטע זאך געמעקט צו ווערן...

הסברים אויפן מעקן קען מען פרעגן אין אישית

מיט דאנק און שעצונג
פשטידא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2006 22:33 לינק ישיר 

איך וויל אויך אריין ווארפען מיינע צוויי צענט

איך פארשטיי ביידע יענקעלע מיט פשטידא
יענקעלע איז גרעכט אז עס גייט אהן דא א פאראנאויע אין פאניק אויב איינער שרייבט ח"ו אביסול ארויס פין די אהנגענימענע יסודות אין תקנות
אין פשטידא איז גערעכט אז די מנהלים וואס ארבייטען נישט פאר זיך נאר פאר אינז טארען נישט קריטיקירט ווערען ברבים נאר אין אישית

איך מיז אבער באמערקען אז איינמאל האט מען אויך אפגעמעקט מיין תגובה אין איך האב  אנגעפרעגט אין אישית "למה" כדי איך זאל וויסען אויף להבא, אין איך האב נישט באקימען אנטווארט

נאך איין באמערקונג אז יענקעלע אין פשטידא האבען ביידע א גיטע רעקארד פאר ארענטליכקייט אין ישרות, אין איך ווינטש זיי ברכה והצלחה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2006 22:45 לינק ישיר 

איך האלט אז עס איז א געוואלדיגער עוולה צו באשמוצען א מנהל אין פורום

יענער ארבעט שלא על מנת לקבל פרס, אין אז די האסט א אנדערע דעה ווי אים פרעג אים אין אישי אין אויב זיינע שיטות געפעלן דיר נישט מאך א נייע פורום.

באשמוצען א מנהל איז א NO NO




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אבינו מלכינ "מחוק" ברחמיך הרבים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext