בית פורומים כל העולם כולו

חתונה אהרונים: רבי עסט מיטן עולם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/10/2006 06:15 לינק ישיר 
חתונה אהרונים: רבי עסט מיטן עולם

אן אינטערסאנטע זאך האב איך געהערט דעם שבת וואס עס גייט זיין דעם מאנטאג אין מאנרא ביי די סאטמארע (אהרונים) חתונה, אז דער רבי גייט זיך וואשן צו די סעודה צוזאמען מיטן עולם אין עסן אינאיינעם, מ'וועט זינגען איאיינעם זיצעדיג, דער רבי וועט רעדן, אויך וועט זיין אביסל דברי בדחנות.

איך הער אז עס איז אויפן פארלאנג פון רבי'ן, ווי ער זאגט, איז זיין זיידע דער עצי חיים ווען ער האט חתונה געמאכט, האט ער זיך אזוי נוהג געווען, ווי איך פארשטיי אבער איז דער עצי חיים נישט געווען קיין "רבי" אזוי ווי ר' אהרן, ער איז געווען ענדערש א שטאטס רב.
איך האלט אבער עס איז א הערליכע זאך, געווענליך ביי די רבישע חתונה איז די סעודה א מישמאש עס קוקט אויס מער ווי א דינער, ביז דער רבי קומט אריין גליטשט מען אויף הינדלעך, אזוי וועט די סעודה אויך זיין א שיינע בייוואונונג.

איך וועל נישט דארט זיין, ווייל עס איז אין מאנרא, ביי ר' זלמן לייב וועל איך יא זיין, גייט דארט אויך אזוי זיין? איך האלט אנדערע חסידות'ן מעגן עס נאך טוהן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חתונה אהרונים: רבי עסט מיטן עולם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext