איך קען נישט פארשטיין וואס דער בעלזער פארפירט אזוי צו מאכן שלום. ער האט זיך זיינע מענטשן, עפעס פעלט אים דען? (די תירוצים פון "שוחר השלום" לאז איך פאר שושנת יעקב און יועץ סתרים...) ער האט גאנץ זומער געארבעט אויף די עדה, ווען ס'איז נישט געגאנגען האט ער אנגעהויבן לייגן פרעשור אויפן רבי'ן. ער וויל שיקן זיין אהרן מרדכי, ער שיקט א משלחת, ער וויל דער בלאט זאל שרייבן אז זיי זענען געקומען "בשליחות" פון בעלזער, דא און אין די צייטונגען לויפן זיי ארום פארקויפן כאילו דער רבי האט אים אנגעקאלט פאר די חתונה - א שקר גס - ועוד ועוד ועוד. אויב איז דא פאראן עמיצער וואס קען איבערגעבן פארן בעלזער, א עצה טובה קמ"ל, אז קודם זאל ער שלום מאכן מיט די עדה פאר ער לויפט נאך סאטמאר, אפילו אויב ס'וועט געלונגען שלום צו מאכן מיט סאטמאר, וועלן די זאליס פארלייגן שרעקליכע כוחות אז די עדה זאל נישט בשום אופן שלום מאכן מיט בעלז, פשוט צו ווייזן אז סאטמאר האט נישט קיין כח אין די עדה, און ס'קען זיין אז ס'וועט זיי נאך געלונגען. לדעתי אויב וועט בעלז לייגן אביסל מער פרעשור אויף די עדה וועלן די פאר שטערערס זיך ברעכן צום רצון פון אלע חברי הבד"ץ.
|