בית פורומים כל העולם כולו

ק"י נייטראל איבער קעלי\האלל קאנגרעס פארמעסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/11/2006 21:05 לינק ישיר 
ק"י נייטראל איבער קעלי\האלל קאנגרעס פארמעסט

די צוויי קאנדידאטען וואס לויפן פאר קאנגרעס

סו קעלי אינקאמבענט רעפאבליקען
דזשאן האלל דעמאקראט
שטייען ביידע אייניג
זיי הארגענען זיך ארום געפערליך
די לעצטע וואך איז אנגעקומען יעדן טאג  גאר גאר שמוציגע  פאסט פון איינעם קעגן אנדערען
פלאס טעלעפאון קאלס,  דעם שב"ק אליינס איז אנגעקומען צענדליגער קאנטער מעסעדזשעס וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט אין דעי געגענט וואס איז אלעמאל געווען א רעפובליקאנע פעסטונג

יעצט זע איך איז אנגעקומען פון אנש דאט ארג. א קארטל מיט אנווייזונגען פאר וועם צו שטימען און ביי קאנגערס לאזען זיי ליידיג

וואס איז פשט?

איז גארנישט געווארן מיט די מיטינג מיט בלומבערג און קעלי?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2006 21:26 לינק ישיר 

דערווייל איז קרית יואל נייטראל, די אנשי דור הפלגה האבן געמאלדן אז זיי שטיצן דעם דעמאקראט, קרית יואל איז אין שטארק פארלעגנהייט ווייל סו קעלי איז די אינקאמבענט, און אויך האט זי געברענגט 20 מיליאן דאלער פון קאנגרעס פארן פייפליין, פון די אנדערע זייט וויל עליאט ספיצער זייער שטארק מזאל גיין פאר דעמאקראט. ווי סקוקט אויס וועט מען צום סוף גיין פארן דעמאקראט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2006 22:28 לינק ישיר 

שקל שלם, דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט.

1) פון די 20 מיליאן דאלאר איז גארנישט געווארן (עכ"פ דערווייל) און סו קעלי האט גארנישט געטאן אין די לעצטע פאר יאר צו העלפן ברענגען די געלט פאר קרית יואל.

2) ווען סו קעלי וואלט עפעס געטאן פאזיטיוו פאר קרית יואל די לעצטע צוויי יאר וואלט מען איר אינדארסט אן קיין שאלה, צוליב הכרת הטוב.

קהל גייט מארגן אינדארסירן איינעם פון די צוויי, קעלי אדער האל, אבער דערווייל איז מען נישט נוטה צו קיינעם פון זיי, ווייל דער פרעשור וואס קומט פון ביידע פארטייען איז דאך נישט צום באשרייבן, היינט זונטאג אליינס האט א הויכער רעפובליקאנער שישקע גערופן שתדל'ען לטובת קעלי.

אגב, הרג'ענען זיך נאך ביידע פארטייען אויף אנדערע קאנדידאטן, וואו קהל האט שוין "יא" געמאכט א החלטה.

ס'איז די ערשטע מאל וואס קרית יואל שפילט אזא גרויסע ראלע אין אלגעמיינע וואלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ק"י נייטראל איבער קעלי\האלל קאנגרעס פארמעסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext