בית פורומים כל העולם כולו

אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דרשה מוצש"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2006 20:20 לינק ישיר 
אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דרשה מוצש"ק

אזוי ווי די וואך מוצאי שבת פר' וירא וועט אי"ה פארקומען דעם יערליכען דינער לטובת כולל ויואל משה דסאטמאר אין ירושלים (כולל למציונים) אין זאל פון קאנטינענטאל אין וומסב"ג, און אזויווי די פריערדיגע יארן איז היי אויך ערווארטעט א גרויסער ציבור אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר ובראשם כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וואס וועלן קומען שטיצן דעם מבצר התורה והיראה אין ירושלים עיר הקודש וואס פון דארט איז מען מקיים דעם מלחמה לה' בעמלק אקעגן די מדינה הציונות,

אלזא, צוליב דעם יעצטיגן שווערן מצב בארצינו הקדושה וועט אי"ה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפטרעטן מיט א דרשה נלהבה אקעגן די רשעי ישראל און די פורצי גדר בכל הקודש לנו,

דברות קדש: 10:30

כלנו למעמד כבוד שמים.





_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2006 21:53 לינק ישיר 

א באריכט פונעם דינער?

א בילד ביטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2006 05:37 לינק ישיר 

רבינו שליט"א האט זיך נככטן מוצאי שבת
באטייליגט ביי די סעודת שלושים
בבית המדרש עצי חיים דסיגעט
פון האברך החשוב ,,,,הכהן שווארץ ז"ל
וואס איז נקטף געווארן בדמי ימיו
פארגאנגענעם שמחת תורה
רבינו שליט"א האט געזאגט דברי אלקים חיים
ס'איז געווען א שיינער מעמד
פון דארט איז רבינו שליט"א געגאנגען צו מסיבה
לכבודו של רבי וואלף נוסנצווייג נ"י וואס האט מנדב געווען
די פאנטאסטישע סכום פון 2 מיליאן דעלער פאר די מתיבתא בקרית יואל
דערנאך כחצות הלילה איז רבינו שליט"א געקומען באשיינען די מלוה דמלכא
לכבוד הכולל מצויינים סאיז געווען א שיינער עולם אין קאנטינענטאל
הרב הגאון הגדול רבי נתן געשטעטנער שליט"א בעל להורות נתן
(וואס איז אגב געווען א ערנסטער קאנדידאט פאר די רבנות בירושלים)
האט עלעקטעזירט דעם עולם מיט זיין הערליכע דרשה ער האט דערציילט
אז ס'איז נתגלה געווארן א מכתב קודש פון הייליגן חת"ם סופר ז"ל
וואס מ'האט קיינמאל נישט געוואוסט פון דעם ביז יעצט
און אפילו יעצט האט מען דאס נאכנישט געדריקט אדער מפרסם געווען דעם בריוו
וואס ער שרייבט צו הגה"ק רבי ישראל משקלוב זי"ע מראשי הישוב בארה"ק
אז היות ס'איז דא געלט אין שטאט טריעסט וואס האט געדארפט גיין צו הגאון הקדוש
רבי עמרם חסידא זי"ע וואס איז ביני לביני נסתלק געווארן בדמי ימיו בגיל ארבעים
און האט איבערגעלאזט א יונגע אלמנה מיט יתומים וואס האבן נישט קיין פרנסה
אויך האט דער גרויסער נפטר איבערגעלאזט חובות פאר די כוללים וואס זיי
האבן אים געבארגט געלט ביז די תמיכה זיינע פון חו"ל פלעגט אנקומען
ממילא דארף מען האבן א דעת תורה וועם מען זאל געבן די געלט פון טריעסט
צו פאר די חובות פאר די כוללים אדער פאר די אלמנה מיט די יתומים
אבער זאגט דער חתם סופר זי"ע איר רבי  ישראל משקלוב טאר נישט דן זיין
ווייל אלץ מנהיג הישוב הישן האט איר א נגיעה פאר די כוללים
די ווערטער פון הרב געשטעטנער איז געזאגט געווארן מיט גרויס פאטאס
דערמאנענדיג די מצב פון די מסרבים לדין וואס ווילן דווקא אז די דיינים הנוגעים בדבר
זאלן פסקנ'ן זייערע משוחד'דיגע פסקים ולא יעשה כן בישראל
דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט דברי אלקים חיים א הערליכע דרוש
וואס איז געווען כמין קרים על נפש עיפה
אויך האט הרב  שמואל הכהן פ"מ שליט"א משב"ק ארום גערעדט בגודל
קדושתו פון רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע וואס האט ארויסגעברענגט טרערן
און בענקעניש אויף די צייטן וואס מיר האבן זוכה געווען להסתופף בצל קדושתו זי"ע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דרשה מוצש"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext