דאס אז הייד פארק שרייבער שרייבן דירעקט לויט די הויכע פענסטער, אדער אומדירעקט - אז בעלזא
איז דער וואס מוטשעט פאר שלום. נו שוין. זאל זיין.
אבער אפגעזען פון דאס אלעס וויל איך פרעגן א קשיא;
ווער איז ערגער? יוסל וואלדמאן וואס האט פארשעמעט דעם ברך משה?
אדער הרב ישכר דוב רוקח וואס האט פארשעמט דעם ויואל משה?
ווער איז ערגער? איינער וואס האט פיינט געהאט שנאת מות דעם ברך משה'ס זון?
אדער איינער וואס האט 'נאר' פיינט געהאט שנאת מות דעם ויואל משה?
און אויב די איבערבעטן פראצדעור גייט טאקע לויטן הייליגער פון סאטמאר'ס ריצעפט, אז נאכדעם
וואס יענער שטארבט שטעלט מען זיך אויף זאגן א דרשה אז מען האט נישט געמיינט און נישט געוואלט.
און מען שיקט שלוחים צום קבר פונעם באטראפענעם. דאן האט שוין יוסל וואלדמאן שוין לאאאאנג
צוריק יוצא געווען די מצוה.
נישט אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דארף זיך גיין פארענטפערן פארוואס ער איז מקרב יעדע איד
באשר הוא שם, און ברעכט אויס מיט איבעל זיין ברודערס שמוץ. אבער אז דער הייליגער האט רעכט זיך
צו חנפנן צו שונאים, אז דער הייליגער האט רעכט צו זאגן פארן קלויזנבורגערס זון ביים חתונה
"איך פיר נישט די פעטערס מחלוקה", מעג זיין ברודער זאגן "איך פיר נישט די ברודערס מחלוקה".
אידעלעך די וועלט דרייט זיך.
נשלח ב-21/11/2006 19:30
ביסט כשר גערעכט אוילנו. ----------------------
אבער וואס קען מען טון אז דאס
וואס די האלטסט גייט קיינעם נישט אן? ביי אונז און כמעט און ערגעץ ווי די כבוד פון
סאטמאר איז א פריאריטעט נישט פון היינט. אינטערעסירט נישט וואס די מיט דיין פוילע געטשקעלע
כראמפירן אין בוידעם ------------------------
תוקן על ידי -
kleinekup - 21/11/2006 19:32:05
תוקן על ידי - kleinekup - 21/11/2006 19:32:30
נשלח ב-21/11/2006 19:40
אויב דער בעלזער רבי טוט אזא דראסטישע מאוו (וואס אן קיין ספק פארלאנגט דאס אסאך קוראזש) אז ער בעט זיך איבער מיט רבינו בעל דברי יואל, דעמאלץ איז נישטא קיין שום פראבלעם אין מאכן שלום מיט אים.
איך ווייס ס'איז דא עקסטרעמיסטן וואס קענען דאס נישט דערליידן, אבער ווילאנג ס'איז נישטא קיין פראבלעם צו האבן נארמאלע באציאונגען מיט גער און וויזניץ, איז נישטא קיין שום פראבלעם צו האבן נארמאלע באציאונגען מיט בעלז.
שור שנגח, דער בעל דברי יואל האט זיך געטראפן אפילו מיט חברי הכנסת. איך זע נישט פארוואס דער רבי שליט"א זאל זיך נישט מעגן טרעפן מיט זיין שוואגער, אויב ער בעט זיך איבער מיט רבינו בעל דברי יואל זי"ע.
דוכט זיך אז מענטשן האבן דעם בילד וואו דער "נועם המידות" גיט די האנט פאר א חבר הכנסת....
עס געדענקט זיך נשט אז איינער פון די "תלמידי רבינו'ס" זאל בכלל אמאל האבן מוחה געווען דערויף.
נשלח ב-21/11/2006 19:58
מיין מיינונג איז אז עס גארנישט זיין אין די נונטע צוקנופט...
אבער פשוט FOR ARGUMENT SAKE, קען איך באשטיין צו רעדן פון בני יואל.
בני יואל איז גע'אסרט געווארן ביי די זעלבע קערפערשאפט ווי בעלזא, דהיינו, די בי"ד הגדול אין ירושלים בראש דער מנחת יצחק זצ"ל מיטן סאטמארע רבי בעל ברך משה ז"ל.
דאס מיינט ביידע זענען אייניג טרייף, און איז אסור זיי צו שטיצן, און זיך אנשליסן.
די צוויי גרויסע חילוקים צווישן די צוויי איז:
1. בעלזא טוען די זעלבע קערפערשאפט וואס האט געלייגט די איסור, דהיינו די ביד"צ, פורבירן יעצט צו פארהאנדלען און אראפנעמען דעם איסור, בני יואל איז נאך קיינמאל דערווייל געווען א מדובר צו אראפנעמען דעם איסור.
2. בני יואל האט נאך דערווייל גארנישט געטאן צו ווייזן עכ"פ לפנים אז זיי זענען חוזר מדרכם הרעה, אדרבא זיי זענען עומדים במרדם. ממילא איז נישט קיין שום היתר בעולם פאר א סאטמארע חסיד צו איגנארירן דעם איסור פונעם בעל מנחת יצחק ובית דינו, מיט רבינו זצוק"ל.
ווידער בעלזא שרייט אז זיי ווילן זיין וואויל, זיי טוען תשובה, נו ס'שטייט דאך "ובלבד שלא יהא כאכזר".
איך שרייב נאר דאס הייפיטעטיקל, ווייל איך ווייס קלאר אז אינעם נונטן צוקנופט גייט גארנישט זיין.
נשלח ב-21/11/2006 20:03
לא לנו.
גראדע בין איך ביי די מיינונג אז אויב יאשקעלע וואלדמאן זאל שיקן א מנין צום ציון פונעם בירך משה איבערבעטן האט ער יוצא געווען ידי חובתו עפ"י שלחן ערוך, און שלום על ישראל.