די דעמאקראטן גייען זיך בקרוב נעמען צו זייער ארבעט צו העלפן די געווענליכע באקריוודעטע בירגער, וועלכע זענען איגנארירט געווארן דורך די רעפובליקאנער ביז יעצט.
זיסקייט נאדיר צוויי סמייליס.. איינס פאר דעמאקראטן און איינס פאר ליבעראלן הצד השוה ביידע זענען קעגן די תורה און רעליגיעזע אישוס
נשלח ב-24/11/2006 01:21
פארדריי נישט דעם שמועס.
ביסט געקומען מיט עפעס א זאך וואס דער צודרייטער טשארלי רענגעל האט פארגעשלאגן, און דו דערשרעקסט דעם עולם אז מען גייט איינפירן דעם דרעפט, האב איך דיר געזאגט אז דו זאלסט נישט האקן אין טשייניק, ווייל די דעמאקראטן האבן זיך אפגעטרייסלט פון רענגעל'ס סטעיטמענט, און זיי גייען נישט לאזן איינפירן דעם דרעפט.
צו ווייסטו אז דאס אט'דע די צרות זענען א שורש פאר אלע פינענציאלע פראבלעמען וועלטליך?
ווען נישט די פארשאלטענע איסלאמער וואס די ליבעראלן לעקן וואלט געווען א אנדערע וועלט היינט!
נשלח ב-24/11/2006 05:09
ווער לעקט די אראבער? הא?
ווער לעקט די פארשאלטענע סאודי אראביע? ווער האט אינוועסטירט מיליאנען דאלארן אין דעם לאנד?
וועלכע מענטשן זענען געווען די איינציגסטע וואס זענען ערלויבט געווארן ארויסצופליען פון אמעריקע נאך סעפטעמבער 11, קעגן דעם ווילן פון די FBI?
וועלכע פארטיי האט זיך גע'עקשנ'ט, נישט אויסצופירן די פארלאנגען פון די סעפטעמבער 11 קאמישאן, צו באשיצן אמעריקע פון די פארשאלטענע אראבערס?
וועלכע פארטיי פייט אזוי שטארק פאר די אינטערעסן פון די אויל קאמפאניס וואס פילן אן די טאשן פון די שעיכס, אימאמס און מוכאמעדס?
און אז איך רעד שוין יא פון דעם, וועלכער פרעזידענט האט געברענגט אן ענדע צו די עלעקטעריק קאר, וואס איז געפארן ריין אן גאזאלין, נאר אויף בעטערי? און פאר וועמענ'ס אינטערעסן האט יענער פרעזידענט געארבעט?
נשלח ב-24/11/2006 07:15
די רעדסט פון די בוש'קיס ? איך רעד פון רעפובליקענס און קאנסערוואטיווס אין אלגעמיין.
בקיצור, האלסטו טאקע ס'קומט איצט גוטע צייטן ?
איך זעה טאקע א ליין אין דראגסטאר.. מן הסתם טיילט מען שוין דראגס פאר אומזיסט.... און מען גייט אויך באקומען וואוטשערס פאר שכר לימוד....
זיסקייט, איך עגרי מיט דיר לגבי די אויל בוש טשעני קאנעקשאן. אבער נאך אלץ איז יצא הפסדו בשכרו. ווייל סוכ"ס דארף מען אויל אין אמעריקע מער ווי איבעראל, מוז מען צוקומען צו די ישמעאלים. און ווי נישט ווי וויל בוש גראבן אויל אין אלאסקא אבער די דעמאקראטן לאזן נישט ווייל זיי שוינען נעבעך די בערן... און קיפ אין מיינד אז די דעמאקראטן האבן אויך פלענטי סעלף אינטערעסט און קאראפשען די והותר!