בית פורומים כל העולם כולו

א פחד א שרעק: פרישע נייעס בנוגע חלב אין מיעל מארט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/11/2006 20:51 לינק ישיר 
א פחד א שרעק: פרישע נייעס בנוגע חלב אין מיעל מארט

JUST IN
פרישע חלב געפונען אויף מיעל מארט פלייש (נישט אויף לעבער)
די פלייש סטאר וואס איז די מדובר איז ווייס אויף 13 ביי 56
די סטאר איז בהשגחת הרה"ג ר' שמואל שלמה שפיטץ שליט"א וואס האט אראפגערופען איינער פון די מנקרים ביי די בני יואל
מען האט געטראפען אסאך פראבלעמען פון חלב

דער באטור רב האט אליינס נישט געוואלט אראפקומען זאגענדיג אז ער האט שוין נישט קיין כח צו די גאנצע זאך, למעשה האט אראפגעשיקט הרב מאיר ראטענבערג וואס איז געקומען מיט הרב חיים דוד כ"ץ

המשך יבוא



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 20:58 לינק ישיר 

כבר קדמו חבירי בפורום חדשות אנ"ש וזה לשונו שם

 

א נייע סקאנדל פון חלב ביי מיעל מארט!!!

פרישע "חלב" איז געטראפען געווארען אויף פלייש פון מיעל מארט ביי "ווייסס מיעט מארקעט" אויף 13טענטער עוועניו צווישן 55 און 56 סטריט.

 

דער רב המכשיר פון דעם געשעפט הרב שמואל שלמה שפיטץ שליט"א, טארץ וואס ער האט זיך אלעמאל שטארק פאלאזט אויפן באטערער, אבער נאכ'ן גרויסען גערידער במשך די וואך, האט ער געוואלט פרעזענדליך זיך איבערצייגען אויף דעם מצב הניקור, האט ער איינגעליידענט א מנקר מומחה פון מאנסי, וועמען ער טראסט, זאל קומען בודק זיין דעם מצב הניקור אינעם ווייסס פלייש געשעפט ווי ער גיט זיין השגחה.

 

נעכטען 6:00 אזייגער אווענט, איז דער מנקר פון מאנסי אנגעקומען אין זיך גענומען צי די ארבעט. ס'האט נישט לאנג געדויערט ביז ס'איז ליידער נתגלה געווארען זייער א שווארץ בילד. נישט בלויט איין פראבלעם פון חלב, נאר ליידער אסאך פראבלעמען אויף עטליכע חלקים פון די פליישן. דער מנקר האט געטראפען: שטיקלעך פון די "קרום" פון דעם "טרפש" מצד הכבד, ווי אויך "שומן" וואס געפינט זיך אינטער דער "קרום". נאך האט דער מנקר געטראפען, שטיקלעך פון די "חוטי דכפלי" פון די 10טע ריפ. און אויך האט ער געטראפען, "שומן" פון אויף די "רפאלע" (Inside Skirt).

 

דער שאקירטער הרב שפיטץ האט באלד טעלעפאנירט דעם באטערער רב זאל שוין אריבער קומען זעהן מיט די אייגענע אויגען וואס דא טוט זיך. דער באטערער האט עם געענפערט, אז ער האט שוין מער נישט קיין כוח צו דעם, ער וועט אריבער שיקן ר' מאיר ראטענבערג, זיין הויפט משגיח.

 

ר' מאיר ראטענבערג איז אנגעקומען צוזאמען מיט ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א, אין נאכדעם וואס דער מאנסי'ער מנקר האט זיי געוויזען די אלע פאקטען פון די שרעקליכע מכשולות, האט זיך ר' מאיר אנגערופען: "ס'איז טאקע אן התרשלות, אבער פון היינט און ווייטער גייט זיין א שטרענגע השגחה".                  




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2006 22:21 לינק ישיר 

listen . first i want to ask any one here who wants to do ME a personal favor and

interperate what im riting to YIDDISH

thanks in advance
===================================

teire yiden

this that there are people with an agenda i dont think we still have to prove

why am i saying this?  because every story or report that was reported here has been by INSIDE people, and i know it because they know a lot of the true facts, but

but

somehow they manage to distort and report wrong findings and totally false endings to the story

===============
if one wouldve followed the "scandal" one would realize how the lies were said and distributed,

now you tell me there is no agenda
================

weiss meats
======

rav spitz {reb zalmens family}  called BNAI YOEL{reb zalmens family}  menaker, reb....... INDIG

and this INDIG came and saw things he didnt like, so they called the baterer ruv, which was still i the middle of the other "scandal"  , so he sent his MASHGIACH , together with RAV KATZ, and they saw what indig was showing them,  and they told INDIG that :   THE WAY WE DO NIKUR ACCORDING TO WHAT WAS AGREED BY THE BES DIN HAGUDOIL,  everything is fine, and theway its suppose to be

and yes according to what he INDIG learnt thru some old MENAKER reb......FRIED  it is not

but we KLAL YISROEL , hachareidim , HAMSURIM LEHABES DIN and rabeini beirach moishe, v'chul hador hahie

follow the way of nikur that is in place since rabeini ba'al DIVREI YOEL put in place

so INDIG showed him a piece of VAIN as big as a seoire, reb meir and reb chaim dovid showed him it is NOTHING,  but they

ALSO
said:   even such a small thing we will fix



=================

now hotwire , you are a SHOIFECH DAM

--------------because you know the truth and that doesnt stop you from lying



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2006 03:05 לינק ישיר 

מח-קטן
די האסט זיכער עפעס אנ-אגענדא אפשר ארבעטסו ביי מיעל מארט אדער ביי באטור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 03:39 לינק ישיר 

די אלע מעשות זענען באבקא מעשות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 19:37 לינק ישיר 

באקומען אין אישית -
א חידוש ס'איז דא אזויפיל מכשולות ביי מיעל מארט
קען איין מענטש אליין פירען אזוי פיל אפערעישאנ'ס

 

1.                  תורה ויראה

2.                  עטרת חי-ה

3.                  עטרת שלמה

4.                  ראוז קעסטל

5.                  רענעסאנס

6.                  קענאזע לעיק האטיל

7.                  פיני'ס טעיק אוט

8.                  שפע-4810 13 עוו.

9.                  נצח-5010 16 עוו.

10.              מיעל מארט-4621 13 עוו.

11.              מיעל מארט-4722 16 עוו.

12.              מיעל מארט-1920 עוו. M

13.              מיעל מארט-14 ליע עוו.

14.              מיעל מארט-72-10 מעין סט. פלאשינג

15.              מיעל מארט 56-20 59 סט. מעספעט

16.              מיעל מארט-455 רא. 306, מאנסי

17.              "שענטיללי" בעקערי- פלעטבוש

18.              עלי פראסעססינג, שחיטות בהמות, ארגענטינע, אורוגוואי, טשיקאגא, מאנטריא-ל, טאראנטא (40-50 שוחטים)

19.              עלי פראסעססינג-שחיטות עופות, עמפייער, פענסילוועניע

20.              "איצקאוויטש" פראדוקטען,100-150 קאמפעניס בארבע פינות העולם))

21.              "הדר" וויינען (20-25 קאמפעניס בארבע פינות העולם))

22.              "משפחה" פראדוקטען (100-150 קאמפעניס בארבע פינות העולם)

23.              ''Eden'' פראדוקטען (200 קאמפעניס בארבע פינות העולם)

24.              "נארמאן" מילכיגע פראדוקטען

25.              "חיים סאלאמאן" נוירסינג האום




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 19:45 לינק ישיר 

הוטווייער,
אפשר קענסטו אויך מפרסם זיין די רשימה פון כשרות פון בד"צ העדה חרדית? דאכט זיך אז זייער ליסט איז פילפאכיג גרעסער.
עס קוקט מיר אויס אז דו ביזט נוגע בדבר, ווייל רוב מומחים אין כשרות מאכן אוועק די גאנצע שערוריה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 19:48 לינק ישיר 

זייטס מיר נישט קיין בהמות. אלעס איז פאליטיק.

ס'נישטא קיין שום חלב, שמיילעוו. נאר קאמפעטישאן צווישן גרויסע פלייש סוחרים.

ויאכלו ענוים וישבעו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/11/2006 19:56 לינק ישיר 

באקומען אין תיבה אישית מיט א בקשה כ'זאל עס ארויפלייגן אויף אונזער פארום:

די אמת איבער די נייע שקר/ חלב פרשה

איך וועל נאר שרייבען די טריקענע פאקטן,

1}די בעל המכשיר שפיץ האט קיינמאל נישט געריפען קיין שום מנקר נאכקיקען צי עס איז דא חלב
דער וואס איז געקימען איז געקימען פין זיך אליינס, זיין נאמען איז..........
דער אינגערמאן איז א געוועזנער שוחט ומנקר פאר מיעל מארט , וואס מען האט "ארויסגעווארפן פין מיעל מארט" פאר צוויי יאר צוריק . היינט שחט ער פאר בני יואל

2}ער איז געקימען אין בוטשער, זיכען, דרך אגב ער איז נישט געקימען פין זיך אליינס איינער האט אים געשיקט,
ווער האט אים געשיקט?? דער זעלבער וואס באצאלט פאר דעם ניק מלחמת השטן, ואכמ"ל
ער האט אנגעהויבן צי קעקעצן אז ער מיינט אז ער זעט חלב, האט ער געקאלט רח"ד כץ, רח"ד האט געקאלאט דעם באטעור , דער באטעור האט געקאלט ר' מאיר אז ער זאל אהין גיין {באטעור גיט זיך נישט אפ מיט אזעלכע אינגעלייט וואס ווייסן נישט גארנישט, אין קימען נאר לקנטר} ר' מאיר איז געגאנגען אינאיינעם מיט רח"ד
בקיצור מען האט געפרעגט דעם געוועזנער מנקר ושוחט פין מיעל מארט וואס ער וויל
האט ער אנגעהויבן צי ווייזען אז דא אין אין דא איז דא חלב
האט ר מאיר ארויסגענימען די פראטקאל פין בד"צ פין תשמ"א אין געוויזן אז לויט דעם ווי בד"צ האט דעמלאטס געגעבן די אנוויזינגען איז דאס נישט קיין חלב, האט דער אינגערמאן צוריקגעשריגען אז בד"צ איז נישט גערעכט עס איז יא חלב, עס איז א רמ"א אז עס איז חלב, האט אים ר' מאיר געזאגט אז ער זאל זיך פארבינדען מיט ר'מאיר בראנסדאפער פין בד"צ אין זאל זיך מיט אין אויסטענענן
רח"ד זענעדיג וואס דא טיט זיך איז זיך גלייך געגאנגען פין דארט

3}ר מאיר האט קיינמאל נישט געגעבן קיין גערעכט פאר דעם אינגערמאן, פארקערט ער האט אים גיט אנגעשייגצט

4} רח"ד האט אים אויך נישט געגעבן גערעכט

5} דער אינגערמאן {ער שחט היינט פאר א אנדערע קאמפעני, ואכמ"ל פאר וועם,} האט געהאט דא פריוואטע ביזנעס אינטערעסן

6}דער אינגערמאן/שוחט איז אדער א שרייבער דא אויף היידפארק, ווייל חוץ אים { מיט ר' מאיר, רח"ד ר' שפיטץ}איז קיינער נישט געווען אין בוטשער בשעת מעשה, די ספאנישע גוים פארשטייען נישט די שפראך וואס די חברה האבן גערעדט צווישן זיך
אדער האט עס זיין משלח געשריבען, וועט ער דארפן די וואך ברבים מודה זיין אז עס איז שקר, ווי ער ווייסט אליינס, אין קאפערירען מיט די ערליכע רבנים צי סטאפען די אלע רומערס, אויסגעבן ווער עס ליגט אינטער די אלע שקרים וכזבים וואס ברענגט אינטער יעדע הרגש צי כשרות

7}עס איז געווען א רעדע אז מען זאל לעגאל בעטן די אינדעטעד פין די ניק פין האטווייער/מלחמת ה
כדי מען זאל זיי קענענן עפענטליך פרעגן היתכן זיי פארשפרייטען שקרים, צוליב פריוואטע ביזנעס אינטערעסן
לעגאל קען מען עס באקימען ווייל זיי זענענן עובר אויף די חוק לשון הרע וואס עס איז א קעגן געזעץ אין א"י
אבער ווי באלד עס איז צי א לאנגע פראצעדור איז עס נישט אינטערסאנט, אויב ווייסט איר עפעס א השגה ווער עס אינטער די ניק ביטע זיי עס מפרסם כדי עס די באטעור זאל זיי קענען קאלן פרעגן, פין וואס זיי רעדן

8} בקיצור להד"ם קיין שום רב האט גארנישט קעגן מיעל מארט
עס איז נישט מער ווי א גיט פינאצירטע פריוואטע אנגעפירטע קאמפיין, פין עפעס א הכשר אדער א קאמפאטישן פאר מיעל מארט, מיט די צייט וועט אי"ה ארויסקימען אלעס אויפן טיש, דאן וועט מען קענענן געהעריד אלעס דיסקאסן עפענטליך, אין די אלע וואס פארשפרייטען יעצט די שקרים וועלן זיכען א מייזען לאך ווי זיך צי באהאלטן, זיי וועלן לכאורה נישט ארויסטרעטן פין שטוב פאר א שטיק צייט

9}מיעל מארט/ באטעור ווילען נישט פירען די קאמפיין דא אין פארק
וויסענדיג אז שקר קען מעו יעדן טאג אויפקימען מיט א פרישע, עס וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגען
זיי ווארטן אז עפעס א רב/דיין זאל עפעס שרייבען אדער זאגן ברבים, אזוי וועט מען עס געהעריג קענענן תורה'דיג אויסארבייטען דערווייל באקימען זיי נאר חיזוק פין יעדן רב וואס האלט מיט וואס דא גייט פאר אין ווי עס קיקט אויס וועט עס שוין אזוי בלייבען

10}איך האב גארנישט מיט די גאנצע מעשה, איך דאווען נאר אינאיינעם מיטען באטעור איך האב עס געהערט פערסט הענד אינפערמעשין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/11/2006 20:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

הרב בעלסקי זאגט אז די גאנצע מעשה איז שקר וכזב. ס'איז נישטא קיין שום חלב, נאר אפאר רשעים ימח שמם וואס זוכן צו באגראבן אנדערע מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/11/2006 20:33 לינק ישיר 

אריגענעלער אזוי ווי די באקומסט אסאך זאכען אין תיבה אישית אפשר בעטסו מ'זאל דיר אריינשיקען בריעוו נומבער 1 און נומבער 2 פון בעלסקי


סתם אינטערסאנט, די ערשטע בריעוו פון בעלסקי איז בכתב יד (און אזוי אויך אלע בריעווען בכלל וואס ער איז מפרסם) און דער בריעוו מיט בריעוו #2 זענען געטייפט, ווייסט איינער פארוואס?

ווייסט איינער ווען איז די לעצטע מאל וואס בעלסקי האט געשריבען קאטלער ווי א אונגארישער, אדער שרייבט ער געווענליך קוטלר אדער קאטלר

ווייסט איינער ווער ס'האט באזוכט און ישיבה תורה ודעת לעצטען דאנערשטיג מיט א פארטיג אפגעטייפטער בריעוו בפני הרב בעלסקי און געבעטען ער זאל חתמ'נען

ווייסט איינער אויף וועם רב בעלסקי האט געזאגט I WILL TEACH HIM A THING OR TWO ABOUT NIKKUR



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 20:35 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס הרב בעלסקי האט געזאגט ביי די מיטינג דאנערשטיג נאכדעם וואס הרב מבאטור האט איהם געפרעגט וואס ער האלט יעצט בנוגע צו עס איז געווען חלב (שוין נאכדעם וואס ער האט ג'חתמט דער גע'טייפטער בריעוו

"איך דארף נאכאמאהל אראפגיין אין שעכט הויז בודק זיין"

(נעתק מהטייפ)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 20:37 לינק ישיר 

ווייסט איינער וועלכער סדר הניקור האט אין זיך די מערסטע קולות

עדה החרדית
התאחדות הרבנים
הרב מבאטור
הרב ווייסמאנדעל
כדתיא לונדון
אנטווערפין
בני יואל (הרב יחזקאל גאלד)
הרב לאנדא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 20:49 לינק ישיר 

קאשוי שטינקט אוועק

נאך באקומען אזא גוטע געלעגענהייט נאך די מאנסיע מעשה האבן די בריונים געזען אז סאיז יעצט דא א גוטע געלעיגענהייט צו טומלען נוסח קאשוי תשמ"ב


איינער ליידט אויף זיין כבוד און ער גייט ארויסלאזן אז מען איז מאכיל טריפענע כבד
יעצט האט זיך א צווייטער אהבה מוסתרת צוגעטשעפעט

סאיז פשוט יעצט א גוטע צייט פאר זיי

מישטס אויף א בלעטל היסטערי  קאשוי\פלייש\בני יואל\סקול דיסטריקט
ואידך פרישא זיל גמור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 20:52 לינק ישיר 

די גאנצע פרשה האט גארנישט מיט קאשוי און נישט בני יואל

סך הכל האט ר' שמואל שלמה שפיטץ אראפגערופען דעם מנקר אינדיג, ער איז נישט געקומען פון זיך אליין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2006 21:05 לינק ישיר 

 

באקומען אין תיבה אישית מיט א בקשה כ'זאל עס ארויפלייגן אויף אונזער פארום:

די אמת איבער די נייע שקר/ חלב פרשה איך וועל נאר שרייבען די טריקענע פאקטן


1}די בעל המכשיר שפיץ האט קיינמאל נישט געריפען קיין שום מנקר נאכקיקען צי עס איז דא חלב
דער וואס איז געקימען איז געקימען פין זיך אליינס, זיין נאמען איז..........
דער אינגערמאן איז א געוועזנער שוחט ומנקר פאר מיעל מארט , וואס מען האט "ארויסגעווארפן פין מיעל מארט" פאר צוויי יאר צוריק . היינט שחט ער פאר בני יואל

א.       זיין נאמען איז אינדיג ער איז געקומען פון זיך אליין, אונטרעסאנט אז 6-7 באנאכט ווען א געשעפט מאכט צו, ווער האט איהם אריינגעלאזט, אפשר האט ער געבראכען שלעסער. די ביסט נאך מער פויבסט ווי די פויבסט אליין, ווייל הרב שמואל שלמה שפיטץ אליין דערציילט אז ער האט אראפגערופען בודק זיין, כדי ער זאל זאגען וואס ער האלט דברים הצריכים תיקון.

ב.       מען האט איהם קיינמאל נישט ארויסגעווארפען פון מיעל מארט, נאר די גריגנסטע טאקטיק יענעם פסל'ן איז, ער טויג נישט מיעל מארט וואס כידוע איז מער מקפיד און אלע ענינים ווי הרב יחזקאל גאלד האט איהם ארויסגעווארפען. זאג מיר די מיינסט טאקע אז דער עולם זענען אזעלכע אקסען.


2}ער איז געקימען אין בוטשער, זיכען, דרך אגב ער איז נישט געקימען פין זיך אליינס איינער האט אים געשיקט,
ווער האט אים געשיקט?? דער זעלבער וואס באצאלט פאר דעם ניק מלחמת השטן, ואכמ"ל
עיין לעיל סעיף א.

ער האט אנגעהויבן צי קעקעצן אז ער מיינט אז ער זעט חלב ס'האט קיינער קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געטראפען חלב דאורייתא מ'האט געטראפען זאכן וואס מען איז מנקר לויט אלע פוסקים

האט ער געקאלט רח"ד כץ, רח"ד האט געקאלאט דעם באטעור , דער באטעור האט געקאלט ר' מאיר אז ער זאל אהין גיין {באטעור גיט זיך נישט אפ מיט אזעלכע אינגעלייט וואס ווייסן נישט גארנישט, אין קימען נאר לקנטר} ר' מאיר איז געגאנגען אינאיינעם מיט רח"ד הרב שפיטץ האט גערופען דעם באטור רב, באטור רב האט געזאגט אז ער האט שוין נישט קיין כח (נאך זיצענדיג אפאר שעה ביי רבנים וואס האבין איהם אויסגעפראקט) ער האט אראפגעשיקט 'הרב' מאיר ראטענבערג (וואס האט אנהויב ביי די מיטינג פון די לעבער פרשה מודה געווען אז ס'איז חלב דאורייתא, נאר נאך א שמועס מיט הרב מבאטור געטוישט דעם ניגון).
בקיצור מען האט געפרעגט דעם געוועזנער מנקר ושוחט פין מיעל מארט וואס ער וויל האט ער אנגעהויבן צי ווייזען אז דא אין אין דא איז דא חלב האט ר מאיר ארויסגענימען די פראטקאל פין בד"צ פין תשמ"א
[גראדע תשמ"ג] אין געוויזן אז לויט דעם ווי בד"צ האט דעמלאטס געגעבן די אנוויזינגען איז דאס נישט קיין חלב

אמת מען האט געטראפען איטליכע זאכען, איין זאך איז דא א חילוק צווישען ניקור פון אונגארין אונדערהיים מיט ניקור הנהוג בירושלים, וואס אין אונגארין האט מען יא מנקר געווען, און ירושלים האט מען נישט מנקר געווען, אלע אנדערע זאכען דארף מנקר זיין אפילו לויט הוראות ביד"צ בירושלים

5} דער אינגערמאן {ער שחט היינט פאר א אנדערע קאמפעני, ואכמ"ל פאר וועם,} האט געהאט דא פריוואטע ביזנעס אינטערעסן דער אינגערמאן שעכט פאר הרב יחזקאל גאלד שליט"א בני יואל, וואס איז אינגאצען נישט קיין שום קאמפעטישאן מיט מיעל מארט

7}עס איז געווען א רעדע אז מען זאל לעגאל בעטן די אינדעטעד פין די ניק פין האטווייער/מלחמת ה
כדי מען זאל זיי קענענן עפענטליך פרעגן היתכן זיי פארשפרייטען שקרים, צוליב פריוואטע ביזנעס אינטערעסן
לעגאל קען מען עס באקימען ווייל זיי זענענן עובר אויף די חוק לשון הרע וואס עס איז א קעגן געזעץ אין א"י
אבער ווי באלד עס איז צי א לאנגע פראצעדור איז עס נישט אינטערסאנט, אויב ווייסט איר עפעס א השגה ווער עס אינטער די ניק ביטע זיי עס מפרסם כדי עס די באטעור זאל זיי קענען קאלן פרעגן, פין וואס זיי רעדן
ש'כויח פאר צולייגען דעם סעיף, ווייל ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערען געווענטליך אטאקירט מען פערזענליך מענטשען וכו' פארדרייען די נושא, די נושא איז נישט ווער האטווייער מלחמת ה' אד"ג זענען אדער ווי ערליך און פרום זיי זענען אין זייער פריוואטער לעבען, די נושא איז די סדר השגחה ביי מיעל מארט

8} בקיצור להד"ם קיין שום רב האט גארנישט קעגן מיעל מארט
אדרבה פרעגט ביי הרב ברוידא, הרב מגאלאנטא, הרב מסערדעהאלי

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פחד א שרעק: פרישע נייעס בנוגע חלב אין מיעל מארט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext