וועד הקהילות מיטינג היינט געקענסעלט: דורכפאל פאר רח"ד כ"ץ
דער געוועזענער סאטמאר'ער דיין פון 53 ר' חיים דוד כ"ץ האט לעצטענט געגרינדעט א נייער וועד מיט די נאמען וועד הקהילות, בכלומרש'ט זיך אומצוקיקען אויף עניני כשרות דא אין שטאט בארא פארק
דער הר' כ"ץ האט זיך נישט אליינס ארויס געשטעלט לכתחלה, ווייל ער האט געויסט אז ער וועט נישט מצליח זיין, האט ער אריינגענומען האדמו"ר מקאסוב שליט"א אין דעם בילד, און דער קאסובער רבי איז ארום געגאנגען צו רבי'ס און רבנים באקומען זייער הסכמה פון די צענדליגע קהלות זאלען מסכים זיין זעך משתתף זיין און דער נייעם וועד
אויבען אוף א פיינער הצעה א גוטער פלאן בברכת הרבנים יצא לדרך.
נעכטען איז פאר-רופען געווארען אן אסיפה בנוגע די לעבער-חלב פרשה וואס רודערט זיך לעצטענס, מען האט אראפגערופען דעם באטור רב זאל זאגען זיין צד פון די מעשה, און אלטס הלכה מענטשליכקייט מיט נארמאלקייט דארף מען אראפרופען דעם צווייטען צד אויכעט, ס'זאל זיין זה לעומת זה, אבער בלא דער הר' כ"ץ האט געלייגט א גרויסע וועטא בשום פנים ואופן לאזט ער נישט דעם מנקר הרב שטערן אראפקומען אראפלייגען זיין צד.
דער באטור רב איז אראפגעקומען אראפגעלייגט א גאנצע פרעזענטעישאן, מיטען משמעות אז אויף לעבער קען קיין חלב נישט זיין (וואס דאס איז הוילער שקר ווייל ס'קען קלאר יא זיין חלב הכליות מיט קרום וואס מען איז מחויב מנקר זיין, כמבואר בפוסקים, ובמכתב של התאחדות הרבנים נאך די פרשת קאשוי שטייט מפורש אז צריך זהירות יתירה לזה)
דער מיטינג האט זיך פארשלעפט א לאנגער צייט, ביז מען האט מחליט געווען אז מען גייט ממשיך זיין ווייטער היינט דינסטאג, היינט איז געווען אין פלאן אז פון דער אנדערע צד גייט אויפטרעטען הרב ברוידי שליט"א (וואס ער איז דער מורה דרך פאר דעם הרב שטערן אין דעם דאזיגע פרשה, ער האט נישט געלאזט ווייזען דעם לעיבאר פאר באטור רב בפרטיות, הגם ער האט איהם אנגערופען תיכף און מודיע געווען אז מען האט געטראפען חלב אויף די לעבער און ער האט פארלאנגט די מיטינג ביי התאחדות הרבנים).
היינט האט הרב ברוידי שליט"א מודיע געווען פאר דעם הר' כ"ץ אז אזוי ווי נעכטען האבין די רבנים אויסגעהערט דעם באטור רב שלא בפני הרב שטערן א מנקר מומחה, זאל מען היינט אויסהערען דעם יונגערמאן שלא בפני באטור רב, ווי ס'פאסט להלכה און מפני ועשית הישר והטוב, אבער בלא דער הר' כ"ץ האט פארפירט בשום פנים ואופן קען דער הרב שטערן נישט מופיע זיין בפני הרבנים, ווייל ער איז א מחוצף און א שגץ ווייל ער איז געגאנגען צו די התאחדות, האט הרב ברוידא מודיע געווען אז ער קומט דעמאלטס אויך נישט צו די מיטינג, און דער מיטינג איז בטל געווארען
וואס איז דער אמת, פארוואס איז דער יונגערמאן באמת א שגץ, וואס האט דער הר' כ"ץ מורא און וואס באהאלט ער, המשך יבוא.....
 |
|
|