בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: מתיבתא ברך משה ד'סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/12/2006 00:57 לינק ישיר 
ברעיקינג: מתיבתא ברך משה ד'סאטמאר

היינט זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א רירענדער פתיחת הבנין פונעם פראכטפולן בנין החדש פון די סאטמארער ישיבה גדולה אין קווינס.

עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער סאטמארער רבי שליט"א מיט די הנהלה זענען אנגעקומען אינעם אלטן בנין און ארויסגענומען די ספרי תורה.

פון דארט זענען זיי געפארן צום נייעם בנין וואס געפינט זיך בערך א 5 מינוט צו פארן. ביים נייעם בנין האבן אפגעווארט די קרוב צו 700 בחורי הישיבה. ווען די ספרי תורה זענען אנגעקומען אין נייעם בנין איז מען אריין אין ביהמ"ד און געטאנצן עטליכע מינוט. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגדול הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א צו זאגן לדוד מזמור. דערנאך האט מען צוגעשטעלט כיבוד און לחיים.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליטא צוריק אריינגעקומען און ר' שלמה יעקב געלבמאן נ"י האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה און באגריסט די עמודי התווך פונעם נייעם בנין וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט אסטראנאמישע נדבות.

דערנאך האט מען געהערט א קורצע דרשה פון הרב ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק ביי מרן רביה"ק און מרן רבינו הגה"ק זי"ע.

דערנאך האט מען געהערט די דרשה פון רבי'ן שליט"א לכבוד דעם פתיחת הזמן. ביים סוף פון די דרשה האט דער רבי שליט"א געמאלדן אז ער האט באשלאסן אז די ישיבה גדולה וועט טראגן דעם נאמען "מתיבתא ברך משה" לזכרו הבהיר פון רבינו הגה"ק זצוק"ל וועלכער האט איבערגעפלאנצט די ישיבה גדולה דא אין שטאט און האט זיך כסדר געזארגט פאר איר הצלחה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 18:02 לינק ישיר 


אויף UPOC:


Fr: usa.2.go   I jost herd that zaly gave up his plan to call the new qevins bulding mesivta byrach moshe !!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 18:18 לינק ישיר 

זרילע גליק האט נעכטן פראטעסטירט. ער האט נישט געוואלט רעדן דארט, ווייל ער איז אין צארן אויף דעם ביצים בעל מופת פאר דעם טפשות.

בכלל איז גאר א גרויס צארן קעגן רז"ל ביי אלע זאליס, וועלכע שווערן אז דער טאוועל "בירך משה" וועט נישט ארויפגיין.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2006 18:22 לינק ישיר 

אפשר פאר דעם האט אים די רוח געכאפט מיט עטליכע וואכען צוריק און געהייסען אויפהערן שרייבען אויף הייד פארק
ער האט געוואוסט אז ס'וועט קומען א טאג וואס זיינע שווענץ וועלן אים נישט קענען פארטיידיגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2006 18:29 לינק ישיר 

איך זעה אז די זאלונים דא שעמען זיך מיט דעם צעטל.

גלייך נאך די לויה פונעם בירך משה ווען די בני יואל/זאלונים האבן פראטעסטירט און געווארן עקלהאפטיגע פאשקעווילן קעגן רבינו בעל בירך משה, האבן זיי אויך פראבירט צו לייקענען

זה דרכם כסל למו. מ'מאכט געמיינע פאשקעוילן, און דערנאך לייקענט מען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 19:25 לינק ישיר 

גראדע, דאסמאל בין איך מיט די יעניגע אויף איין מיינונג אז עס איז א חוצפה אקעגן רביה"ק זי"ע ארפצומעמן שמו פון די ישיבה, אבער נישט חלילה ווייל עפעס פעלט פונעם הייליגען נאמען ברך משה, ליבערשט דארף מען א נאמען געבען א בנין אדער א נייע פראיעקט על שמו.

אבער צו גיין מיט פאשקעווילן אין השמצות אקעגן מרן רבינו הברך משה ז"ל הכ"מ ווייזט נאכאמאל ארויס מיט וועם רז"ל איז ארומגענומען מבית ומבחוץ, און ער ליידט פון זיין טאטענ'ס שונאים פון וועם ער האט געהאט בדעה צו זעהן נחת.
בנפול אויבך אל תשמח, אבער נוצר תאנה יאכל פרי-ה פלעגט מיין רבי ע"ה טייטשן 'אז מ'פלאנצט א "פייג" וואקסט א "פייג"! ודפח"ח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2006 20:20 לינק ישיר 

נפתלי בלומענפעלד די מנהל פון קווינס דברך משה, איז אריין נעכטן צו ר' זלמן אים אים געזאגט אז עס ברענט א פייער אין ער מוז צוריק ציען פון די נאמען ווייל עס איז א קאטסראפע, און טאמער עס בלייבט דעמאלס גייט ער אויפגעבן די מנהלת דארט ער ווייל נישט זיין אין ישיבה וואס הייסט בירך משה, ר' זלמן האט אים געזאגט עס איז נישט בידי און ער זאל גיין רעדן צו אליעזר קעסטענבוים.

חיים פסח גאלדשטין האט היינט געשטורעמט פאר כעס אין ראדני ער האט געשריגען דאס מיינט אז ר' זלמן איז בעל הבית אויף אונז און אז ער וויל וועט ער נאך מאכן א סקול דיסטריקט פון די גאנצע ישיבה!

א קווינס בחור זאגט מיר אז מען האט נישט געטוישט די נאמען רבינו יואל אויף "ברך משה", נאר פון "קווינס ישיבה" צו "ברך משה" ישיבה...

די לצים זאגן אז ר' חיים וואזנער האט גערעדט נעכטן ביי די זאליס פון די מתיבתא ברך משה...

אן אנדערער זאגט אז די ברך משה מיעט זיך פאר די אהרונים דארט אויבן, און ער האט אריינגעריקט איינס פאר די זאליס...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/12/2006 20:26 לינק ישיר 

דער סך הכל און דער אמת איז!

רביה"ק זצ"ל האט געבעטן פון די זאליס נעמט אראפ מיין הייליג נאמען פון ענגער ישיבה!

איך האב נישט געוואלט אז די ישיבה זאל זיין אין שטאט!

איך האב נישט געוואלט אז מען זאל לערנען די דרך הלימוד פון די ליטאים!

איך האב נישט געוואלט אז מען זאל נעמען מגידי שיעורים וואס לאכן פון ספה"ק ויואל משה!

איך האב נישט געוואלט אז מחללי שבתים און עוברי עבירה זאלן ארויס קומען פון מיין ישיבה!

יעצט איז זיין הייליג וואונטש מקוים געווארן און די הייליגע נאמען פון רביה"ק זצ"ל האבן זיי אויסגעמעקט פון דארט, און זיין נאמען ווערט מער נישט מחולל.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 20:28 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אזהרה: אווערסייזד בילדער אדער דאקומענטן, וועלן אויסגעמעקט ווערן, ווייל ס'שטערט צו ליינען די איבעריגע חלקים פונעם פעידזש.

עס איז נישט גאראנטירט אז די מנהלים וועלן עס צוריקלייגן.

------------------

שורשנגח:


 

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 18/12/2006 20:23:31

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 20:28 לינק ישיר 

די ברך משה איז נישט קיין מגן דוד ביי אונז!!

שומו שמים!

ליינט די ענגלישע מעסיטזעש פון די זאליס אויבן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 20:42 לינק ישיר 

זשוליאני08:

ברעיקינג: אויס בירך משה... נאר "זכרון תרועה בירך משה"

יעצט איז געקומען די מעלדונג פאר די חשוב'ע בחורי חמד אין קווינס ישיבה

אז די ישיבה גדולה וועט נישט הייסן:
מתיבתא בירך משה - ניין !

ניין ! און נאכאמאל ניין...

הדר ביה מההוא: דער רבי האט צוריקגעצויגן... צוליב פרעשע און דרוק פון די לעפקע'ס און יאקאבאוויטש'ס וכו', וכו', וכו'

עס גייט ווייטער הייסן: מתיבתא תו"י דרב"י דסאטמאר "זכרון (תרועה) בירך משה"
און אויך נישט אויף קיין סיין, נאר ווער עס וועט זיך וועלן איינרעדן וועט עס קענען אזוי רופן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 21:05 לינק ישיר 

(שורשנגח:)

ברעיקינג, די זאליס לויפן ארום בעטן א עיקול!

די זאליס אנגעפירט פון אברהם בער יאקאבאוויטש לויפן יעצט ארום צו בתי דינים צו באקומען אן עיקול

קעגן ר' זלמן לייב און די הנהלת פון קווינס ישיבה, אז מען טאר נישט טוישן די נאמען פון רבינו יואל צו ברך משה.

זיי זענען פריער געווען ביי אגודת הרבנים בי"ד אבער זיי האבן גארנישט באקומען.

עס הייטס יעצט אז משפט שלום בי"ד וואס איז שוין אפגעשפארט וועט צוריק ארויסנעמען די לעדערהעד און מאכן אן עיקול



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 21:47 לינק ישיר 

ווי איז דוד46 פארשווינדן?ת זייט נעכטן הערט מען נישט פון אים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2006 23:38 לינק ישיר 

עס איז פארשווינדען געווארן צוזאמען מיטן רבינו יואל פון קווינס ישיבה...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2006 23:52 לינק ישיר 

און צוזאמען מיט הרב וואזנער שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2006 01:00 לינק ישיר 

די פייער פלאמעט אויף די העכסטע טענער!

אברהם בער יאקאבוויטש און משה שמואל זופניק, האבן פריער אנגעריפען משה גבאי אז טאמער ער שרייבט איין ווארט אין דער איד פון מתיבתא ברך משה, דעמאלס גייען זיי עפענען אן אייגן צייטונג.

ווי עס הייסט יעצט האט משה גבאי נישט קיין ברירה און ער גיט זיך אונטער צו זיי, און גייט מארגן אין דער איד נישט שרייבן קיין איין ווארט פון מתיבתא ברך משה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: מתיבתא ברך משה ד'סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext