בית פורומים כל העולם כולו

סוקסעספולע וואך פון שתדלנות פאר סאטמארע פירער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2007 03:02 לינק ישיר 
סוקסעספולע וואך פון שתדלנות פאר סאטמארע פירער

די פארלאפענע וואך איז געווען א גרויסער סוקסעס פאר די ראשי הקהלה און שתדלנים פון סאטמאר. במשך די גאנצע וואך האבן זיי אפגעהאלטן וויזיטן ביי די הויכראנגיגע פאליטישאנס אין אלבאני און דערנאך אין וואשינגטאן, וואו זיי זענען אויפגענומען געווארן זייער פריינטליך דורך אלע פאליטישע פירער.

עס האט זיך אנגעפאנגען אנפאנג וואך, ביי די איינשווערונג פון גאווערנאר שפיצער אין אלבאני, וואו עס האבן זיך באטייליגט ר' גדלי' סעגעדין און ר' אהרן פעלבערמאן פון קרית יואל און ר' אייזיק וויינבערגער און ר' חיים ווערצבערגער פון וויליאמסבורג, וועלכע האבן באקומען די נאנטסטע און בעסטע פלעצער צום גאווערנאר ביי די איינשווערונג.

עס האט זיך איבערגע'חזר'ט ביים סטעיט אוו די סטעיט דרשה דינסטאג וואו עס איז אויך געקומען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, דער מעיאר פון קרית יואל, וואס אלס ערוויילטער פאליטישאן איז ער געווען דער איינציגסטער חסידישער איד וואס איז איינגעלאדנט געווארן, און האט באקומען א פלאץ "אינעם" זאל בשעת דער גאווערנאר האט גערעדט. אנדערע חרדישע עסקנים האבן געמוזט זיצן אויף די באלקאני.

די סאטמארע דעלעגאציע האט אויך געהאט ווארימע מיטינגען מיט די ערוויילטע פירערס פון אלבאני, אריינגערעכנט שפיצער, ברונא און דער אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער.

עס איז שוין פון פריער אראנזשירט געווארן אז די סאטמארע דעלעגאציע זאל זיך קומען באטייליגן ביי א ספעציעלן מנין מנחה, מעריב אין אפיס פון סילווער, וואס האט געהאט יארצייט נאך זיין טאטן. ביי די מנין מנחה האבן זיך באטייליגט ר' אברהם ווידער, ר' גדלי' סעגעדין, ר' אהרן פעלבערמאן, ר' אייזיק וויינבערגער, ר' חיים ווערצבערגער און ר' יואל לעפקאוויטש, און דריי פרומע אידן פון סילווער'ס אפיס. מען האט געדאוונט מיט מנין און דערנאך געלערנט משניות אינאיינעם.

דאנערשטאג איז די סאטמארע דעלעגאציע געווען אין וואשינגטאן וואו זיי זענען געפארן צו די איינשווערונגען פון סענאטאר קלינטאן, און דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן דזשאן האלל. עס איז אויך מיטגעקומען דער לאנגיעריגער עסקן און שתדלן ר' יאנקל פריינד.

סענאטאר קלינטאן האט זייער שיין אויפגענומען די דעלעגאציע. זי האט זיך זייער שיין באדאנקט פאר זיי פאר'ן קומען פון אזוי ווייט, און זי האט נאכאמאל דערמאנט פאר ר' אברהם ווידער אז זי וויל אנבאדינגט קומען קיין קרית יואל ווען מען וועט עפענען דעם לאנג-ערווארטעטן קימפעטארין היים.

אויך דער נייער קאנגרעסמאן דזשאן האלל וואס האט געווינען נאר א דאנק קרית יואל האט שיין אויפגענומען די דעלעגאציע און צוגעזאגט צו העלפן קרית יואל מיט וואס אימער ער וועט קענען.

וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה, הקב"ה ישלם שכרם.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/1/2007 03:05 לינק ישיר 

דער זשורנאל נוס באריכטעט איבער דעם באזוך פון די קרית יואלער דעלעגאציע ביי דזשאן האלל.


Hall's well-wishers included four members of the Orange County Hassidic community Kiryas Joel. Ari Felberman, government relations coordinator, said the village traditionally voted Republican but had agreed to meet with Hall after being asked "to give him a chance" by state Assembly Leader Sheldon Silver, Rep. Eliot Engel, D-NY, and Sen. Hillary Clinton, D-NY.

Felberman denied allegations that the community had voted en masse for Hall in exchange for a promise to help them resolve Kiryas Joel's longstanding drinking water shortage.

"That's sour grapes on the part of Sue Kelly," said Felberman, a resident of Monsey. "Hall promised to treat us fairly."

Then he added, "The village vote did sway the election."

About 5,000 of Kiryas Joel's 18,000 residents are registered voters.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/1/2007 14:24 לינק ישיר 

האט אפשר איינער געזען דעם וואכן שריפט פון צוקרמן ''שעה טובה'' דארט שרייבט ער פאר שטענדליך מפי או''ת הלבלר הבזוי הידוע מירושלים אשר האמת הוא נר לרגליו אבל לא לפיו  אז ביים איינשווערונג צערעמאניע פון גאווערנער שפיצער האבן זיך באטייליגט ראשי סיגעט (סאטמאר) ''בראשם משה דוד נידערמאן וכו' ושלו'ם דייטש נציג סיגעט (סאטמאר) בממשל האמריקאי אשר ניצח על המאבק המשפטי המח(ה)ולל וה(לא)מוצלח של קהילת סיגעט (סאטמאר) בידי יריביה ממחוז אורנג' קאונטי'' .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 18:48 לינק ישיר 

איזראלי, יא איך האב עס געזען, און איך האלט אז זיי זענען נישט גערעכט זיך אריין צומישן אין א "ריב לא לו"



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/1/2007 21:50 לינק ישיר 

כא כא כא, איך האב יעצט געענדיגט צו ליינעם דעם איד וויאזוי זיי באשרייבן ווי שטארק זיי זענען. האב איך געלאכט.

יעדער איינער ווערט געבעטן צו ליינען דעם איד, וויאזוי זיי רעדן איין זייערע קעלבער ווי שטארק זייערע לעלוס זענען.

כ'וועל עס באלד ארויפסקענען און ארויפלייגן. ס'איז צוקער זיס.

די שוטים ברענען און האלטן עס נישט אויס אז אברהם ווידער און גדלי' סעגעדין זענען געווען די איינציגסטע חסידישע אידן אינעם זאל, בשעת גאווערנאר עליאט שפיצער האט געגעבן זיין סטעיט אוו די סטעיט דרשה.

אברהם ווידער איז אן עלעקטעד אפישעל און נידערמאן איז נישט. ער האט איין ברירה צו לויפן פאר א פאליטישן אמט, אפשר אזוי וועט מען אים קומענדיג יאר לאזן אריינקומען אין זאל. נאר עלעקטעד אפישעלס זענען ערלויבט געווארן אריינצוקומען אין זאל. די איבריגע האבן געמוזט גיין אויף די באלקאניס.

עס איז געווען א נחת צו קוקן וויאזוי נידערמאן און פיני יאקאבאוויטש האבן זיך געבעטן מען זאל זיי לאזן אריינקומען אינעווייניג, אבער מען האט זיי געוויזן דעם וועג ארויף צום באלקאני. פיני האט געטענהט אז ער איז קאמיוניטי לידער, אבער די סטעיט פאליס האט אים געזאגט: סארי מיסטער, דו קענסט זיין דער פרעזידענט אליינס, אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין טיקעט אריינצוקומען אין זאל מוזטו ארויפגיין אויפ'ן באלקאני.

דאס איז געווען שוין נאך זיין פלאפ וואס ער האט געהאט דריי טעג פריער ווען ער איז געקומען צו די איינשווערונג מיט יעקב יואל באנדא, וועלכער האט זיך צוגעפוצט מיט א נעקטיי און קורץ רעקל, אבער דערווייל האט מען זיי געלאזט שטיין נאר דריי גאסן אוועק פונעם סטעידזש. שפעטער איז שומער אריבערגעגאנגען און פיני האט געשריגן צו אים, "סענאטאר, דאס איז דער האנארעבל פירער פון קרית יואל". שומער האט געגעבן א קוק אויף אים "האנארעבל וואס?" און איז ווייטער געגאנגען.

נידערמאן און שלום דייטש זענען געווען קלוגער אביסל. זיי האבן זיך געשטעלט אויף די סטעפס אונטער די קעפיטאל בילדינג, אז ווען שפיצער קומט ארויס מיט זיין ווייב און פאנגט אן צו גיין צוויי בלאקס ביז צו די סטעידזש, זאל מען זיי מוזן זען אויף די בילדער. זיי האבן געהאפט אז שפיצער וועט זיי געבן די הענט, אבער דערווייל האט ער נישט געקוקט אויף זייער זייט און געוואקט ווייטער מיט זיין ווייב און קינדער, ביז צום סטעידזש, ווי מען זעט אויף די ווידיא וואס מען האט דא ארויפגעלייגט אויף היידפארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 21:58 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א געווענליך בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, אבער דער בילד רעדט מער ווי א ביליאן ווערטער.

מען זעט נידערמאן און דער פאפאנער מענצער ביי די סטעיט אוו די סטעיט דרשה וויאזוי זיי קוקן אראפ מיט ווייטאג, וויאזוי ר' אברהם ווידער און ר' גדלי' סעגעדין האבן בעסערע פלעצער פון זיי, אינעם זאל אליינס.

די קנאה ברענט אין זיי.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 22:00 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 22:07 לינק ישיר 

די זאליס קענען אפשר איינרעדן די קינדער וואס ליינען דעם איד ווי שטארק זיי זענען, אבער נישט די גויאישע מידיא. דא האט עטץ וויאזוי דער רעקארד באריכטעט אז אברהם ווידער, גדלי' סעגעדין און ארי פעלבערמאן זענען געווען אין זאל בשעת'ן סטעיט אוו די סטעיט דרשה.

KJ claps for Spitzer

The political upheavals in Washington and Albany last week provided a packed itinerary for the political leaders of the politically active Village of Kiryas Joel.

On Thursday, they were in the nation's capital to watch John Hall, D-Dover Plains, whom the village had supported with its influential bloc vote, take over as the 19th Congressional District's representative.

On Wednesday, Kiryas Joel Mayor Abraham Weider, Administrator Gedalye Szegedin and government relations coordinator Ari Felberman were spotted in the state Assembly chambers intently watching Spitzer's State of the State message.

The representatives from the densely packed and fast-growing Southern Orange County community applauded several times during the speech. But Szegedin's clapping could be heard over all others after Spitzer's remarks about housing.

Among other things, the governor said his plans included "rewarding localities that reform zoning laws to allow for increased construction of affordable homes."

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 22:35 לינק ישיר 

מיין טאטע איז סאך שטערקער ווי דיין טאטע,
או נאו, מיין טאטע איז א הצלה
פע פע פע מיין טאטע איז א שומר
הי הי הי, מיין טאטע קען איבערדרייען די גאנצע גאס מיט זיין פינקי

דאס זענען די זאליס, זיי זענען נישט אויסגעוואקסן די קינדערישע שיכלעך. זייער גאנצע מהלך המחשבה גייט וויאזוי צו ווייזן אז "מיין טאטע איז סאך שטערקער ווי דיינס".

ווען דער בלאט באריכטעט א נייעס אז די ראשי הקהלה פון סאטמאר האבן אפגעשטאט וויזיטן ביי די פאליטישאנס, באריכטעט מען די נייעס די מערסטע נארמאל און פשוט וויאזוי ס'קומט.

אין דער קינדערישער איד וועט עס אבער שטיין באריכטעט אזוי: מענצער, גאלדבערגער און נידערמאן (און יעצט איז שוין דא א פרישער פערד: דייטש) און פיני יאקאבאוויטש זענען געווען די איינציגסטע חרדי'שע אידן וואס זענען ערלויבט געווארן צו שטיין נעבן גאווערנאר. די אנדערע חרדישע אידן האבן נאר געמעגט זיין "ספעקטאטארן" (איינער ווייסט וואס דאס מיינט?)

כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן...

_________________

כאפטס אריין א וואדקע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2007 23:01 לינק ישיר 

הם ראוים למנהיגם ומנהיגם ראוי להם .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 01:51 לינק ישיר 

לאמיך אביסל פארבעסערן גוטזאגער.

די סיבה פארוואס נידערמאן ענד קאמפאני זענען נישט אריינגעלאזט געווארן אין זאל ביי די סטעיט אף די סטעיט, איז נישט ווייל זיי זענען נישט קיין עלעקטעד אפישעלס, נאר ווייל זיי זענען נאובאדיס, גארניכצער. זיי זענען קיינער נישט און פארטרעטן קיינעם נישט.

מעיאר ווידער, סעגעדין און פעלבערמאן זענען נישט געווען די איינציגסטע חרדי'שע אידן אין זאל. אויך ר' יאנקל האראוויץ פון מאנסי און ר' יוסף משה שפיצער דעפיוטי מעיאר פון סקווער זענען געזיצן אין זאל. יאקאבאוויטש, נידערמאן, מענצער, גאלדבערגער און דער מגולח דייטש זענען נישט אריינגעלאזט געווארן אין זאל פאר די זעלבע סיבה וואס איך און דו זענען נישט אריינגעלאזט געווארן אהין.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 07:49 לינק ישיר 

ר' אברהם ווידער, אהרן פעלבערמאן, ר' יאנקל פריינד ווילידזש טראסטי, ר' גדלי' סעגעדין, און ר' אייזיק וויינבערגער ביי א שמועס מיט'ן געוועזענעם פרעזידענט קלינטאן. 0000000



תוקן על ידי גוטזאגער ב- 09/01/2007 7:50:02




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 07:55 לינק ישיר 

ר' יאנקל פריינד, ווילידזש טראסטי און ר' גדלי' סעגעדין מיט סענאטאר שומער 00000

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 07:56 לינק ישיר 

ר' אברהם ווידער, ר' יאנקל פריינד ר' גדלי' סעגעדין מיט קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 07:59 לינק ישיר 

ר' אברהם ווידער און ר' יאנקל פריינד מיט דזשאן פאדעסטא, דער טשיף אף סטעף פון פרעזידענט קלינטאן, א הויכער דעמאקראטישער פארטיי אפישעל

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2007 08:07 לינק ישיר 

 ר 'אברהם ווידער אין א פריינטליכן שמועס מיט גאווערנאר שפיצער (רעכטס) און לוטענענט גאווערנאר פעטערסאן (לינקס)


תוקן על ידי גוטזאגער ב- 09/01/2007 8:08:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סוקסעספולע וואך פון שתדלנות פאר סאטמארע פירער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext